SHARE
מי רואה את אלו יוצאים ואינו יוצא?! אדמורי”ם ורבנים גיבן אפ זייער הארציגע השתתפות פאר דעם היסטארישן קאמפיין “זה הבנין” פאר די נייע בעלזער תלמוד תורה אין בארא פארק

“זה הבנין”

תלמוד תורה דחסידיבעלזא בארא פארק. גרויס בכמות ובאיכות, וואו עס ווערן אויפגעצויגן קרוב צו 1500 תלמידים לתורה ולחסידות אויפן העכסטן ניווא פון חינוך. אנגעהויבן פון די קלענערע כיתות פון קינדערגארטן און כיתות א-ב וואס הייבן אן צו לערנען א’ ב’, עברי און חומש, ביז צו די העכערע כיתות וואו מען לערנט און מ’איז זיך משלים אין מסכתות גמרא רש”י ותוספות און מ’שטייגט העכער לשם ולתפארת.

דער יעצטיגער קאמפיין איז צו פארענדיגן דעם בויען פונעם ריזיגן קאמפלעקס גרויס 170,000 סקווער פוס, הויעך זיבן שטאק, וואס וועט ארייננעמען די פילע תלמידים און וועט ערמעגליכן צו קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט פון מחנך זיין די צאן קדשים מיט א הרחבת הדעת און א ברייטקייט, וואס מיט דעם ענגשאפט וואס מ’שטייט אצינד איז נישט מעגליך אנצוגיין ווייטער.

נאך יארן פון שווערע הארעוואניע און דאס אויסגעבן פון איבער זעכצן מיליאן דאללער מיט מסירת נפש און בלוט און שווייס דורך בעלזא אינגעלייט דא אין שטאט בארא פארק און מיט די הילף פון נאך פילצאליגע נדיבי לב האט מען ב”ה דערגרייכט גאר ווייט און מ’האלט שוין גאר נאנט צו פארווירקליכן דעם לאנג ערווארטעטן חלום, און מ’האלט שוין ביי די לעצטע פאזע אינעם בוי פראיעקט, האפענדיג אז בקרוב ממש וועלן די קינדערלעך זוכה זיין אריינצוגיין מיט שמחה אינעם נייעם פראכטפולן בנין.

***

די תלמוד תורה דחסידי בעלזא אין אמעריקא האט שוין געעפנט אירע טויערן קרוב צו 70 יאר צוריק בחיי כ”ק מרן קוה”ק מהר”א מ’בעלזא זי”ע ועכי”א, און די רב זי”ע האט דעמאלס אין א בריוו געשיקט דורך די נאראלער רב זצ”ל, געבעטן “שיעזרו ויחזקו בכל מה דאפשר הת”ת באמעריקא“, און אנגעוואונטשן אלע וואס שטיצן דעם מוסד מיט אלע ברכות ברוחניות ובגשמיות.

47 יאר צוריק, אינעם יאר תשל”ג, האט זיך געגרינדעט די תלמוד תורה אין בארא פארק אינעם בנין אויף 16’טע עוו. און פון דאן דינט נאך היינט דער בנין אלס דער הויפט בנין פונעם תלמוד תורה, און נאך יארן פון א געבענטשטע וואוקס פון תלמידים כ”י, האט מען דאס שוין פון לאנג אויסגעוואקסן און עס האט זיך פארברייטערט צו אזויפיל ווי נאך פינף לאקאלן איבער די שטאט און דער שטיפעניש און שוועריקייטן אזוי אנצוגיין איז געווארן אוממעגליך.

די הנהלת התלמוד תורה אינאיינעם מיט נאך פילע עסקנים וואס ארבעטן מיט מסירת נפש ממש, האבן פאר זעקס יאר צוריק געגרינדעט דעם ספעצילען ‘דורות’ פראיעקט, מיטן ציהל צו פארענדיגן דעם ענגשאפט און געבן פאר אונזערע טייערסטע אוצרות די לעכטיגע קינדערלעך, הרחבת הדעת און א ברייטקייט צו לערנען און שטייגן על מי מנוחות, און האבן אנגעהויבן דאס בויען פונעם ריזיגן בנין אויפן שטח פון 37-38 סטריט צווישן 12-13 עוו.

יארן פון גאר שווערע ארבעט מיט פלאג און מיה זענען אריבער אויף די עסקנים אינאיינעם מיט אלע אנשי שלומנו, אסאך שווערע שטרויכלונגען זענען אריבער, אבער די געטרייע שותפים און טייערע עלטערן און נגידים האבן נישט אויפגעגעבן, און מ’איז געגאנגען טריט נאך טריט ביז מ’איז אדורך אלע שוועריקייטן און מ’איז אנגעקומען ביז אהער מיט גרויס סייעתא דשמיא.

***

בורא עולם בקנין השלם “זה הבנין”

אצינד ווערט אפגעצייכנט 47 יאר זינט דער גרינדונג פונעם ריזיגן תורה אימפעריע, און גלייכצייטיג ווערט ענטפאנגען די פרייליכע בשורה אז “הגיע זמן גאולתכם”, די בנין הגדול והמפואר ווערט אט אט פארענדיגע ברוב פאר והדר. אין די טעג גייען די עסקנים ארויס מיטן גרויסארטיגן ‘קאמפיין זה הבנין’ כדי צו פארענדיגן דעם בנין בשעה טובה ומצלחת

אינעם קאמפיין זענען אנגעשלאסן די טייערע עסקנים וואס באגלייטן דעם קאמפיין, אינאיינעם מיט די עלטערן פון די טייערע קינדערלעך, די אנשי צוות פון די מוסדות, אלע אנשי שלומנו חסידי בעלזא פון איבער די גאנצע וועלט, און עס שליסן זיך אן צוזאמען באחדות גאנץ כלל ישראל נדיבי עם געטרייע אידן נתבעים ונותנים, וואס נעמען אויף זיך דעם הייליגן פליכט פון ארויסהעלפן דעם קאמפיין ס’זאל בעז”ה קענען געקרוינט ווערן מיט הצלחה.

מן המיצר קראתי במרחב עננו! איז אונזער הייסע רוף פאר אלע אידן פון איבער די וועלט.

לאמיר זיך צוזאמענעמען צו העלפן לינדערן דעם ווייטאג און ענגשאפט פון אונזערע תינוקות של בית רבן שאין בהם חטא.

לאמיר מיט פאראייניגטע כוחות איבערדרייען דעם ענגשאפט צו א הרחבה, אויפהייבן די קרן התורה והחסידות.

ענטפערט דעם רוף מיט אייער ברייטהארציגע נדבה און תמיכה ביד רחבה, און זייט זוכה צו זכותים לעולמי עד.

דריקט דא

<