SHARE
ביזנעס אייגענטומער ערווארטן צו הערן פון גרעסטע “קאנאנען” אין קאנסטראקשען, לעגאל, פינאנציעל, מענעדזשמענט, און טעגליכע לאדזשיסטיקס, צו קענען שטייגן און בליען אויפ’ן ריכטיגן וועג בס”ד

 

בס”ד

קאנסטראקשען אינדוסטריע אינפארמאציע פארנעמט צענטראלע “סדר היום” ביי גרויסארטיגע “אינטערסטעיט עקספאו”

ביזנעס אייגענטומער ערווארטן צו הערן פון גרעסטע “קאנאנען” אין קאנסטראקשען, לעגאל, פינאנציעל, מענעדזשמענט, און טעגליכע לאדזשיסטיקס, צו קענען שטייגן און בליען אויפ’ן ריכטיגן וועג בס”ד

 

מען האלט שוין 3 וואכן צום “אינטערסטעיט עקספאו,” און פון טאג צו טאג שטייגט די שפאנונג צו די העכסטע פראפעסיאנאלע אינדוסטריע צוזאמקום, אהערשטעלנדיג גאר א רייכע “סדר היום” אויף א פארנעם וואס איז פרעצעדענטלאז פאר היימישע ביזנעסער אין גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערסי ראיאן.

די צוגרייטונגען צום “עקספאו” ווערן העפטיגער ווי נענטער עס קומט דער באשטימטער טאג, מיטוואך פר’ וישב, למספרם נאוועמבער 28. מען פילט אויס די אומצאליגע חלקים וואס שטייען אונטער די הצלחה פון אזא ביזנעס-קאליבער צוזאמטרעף אונטער איין דאך, און צו פארזיכערן אז יעדער איינציגער ביזנעס אייגנטומער אדער מענעדזשער וואס אינוועסטירט די צייט צו קומען און זיך טרעפן מיט קאלעגעס, גייט ארויס אנגעפילט מיט אומשאצבארע נייע קאנטאקטן און קענטעניסן צו פירן די ביזנעס פאראויס מער און מער בסייעתא דשמיא.

מטעם “OJBA,” די פאראיין פון ארטאדאקסישע ביזנעסער אין קאנסטראקשען און מענעדזשמענט וואס שטעלט אהער די “עקספאו,” ווערט טאקע געמאלדן מער איינצלהייטן איבער די רייע געלונגענע ביזנעס עקספערטן וואס קומען אויפטרעטן במשך דעם גאנצן טאג. דער סדר היום איז אויסגעשטעלט, זאגט מו”ה אלימלך וועבער הי”ו פון OJBA, ספעציעל מיט א געוויכט אז יעדער זאל זיך קענען אויסוועלן די בעסטע סעסיעס פאר זיין ביזנעס ליין, און האבן די געלעגנהייט במשך דעם טאג צו טרעפן קליענטן, שאפן נייע, און הערן די וויכטיגסטע נייעס און אנטוויקלונגען פון די אינדוסטריע.

אויפ’ן געביט פון ביזנעס אייגענטומער וואס שרייבן זיך איין צו קומען די ערשטע מאל צום “עקספאו,” הערט מען העפטיגע צוגרייטונגען צו האבן די ריכטיגע מארקעטינג מאטעריאלן גרייט אויף די טישן, קענען אויפנעמען די געסט בסבר פנים יפות, און זיין גרייט נאכצופאלגן שפעטער די בעסטע קאנטאקטן וועמען מען האט געטראפן ביים “עקספאו.” בכלל איז דער גאנצער סדר היום אויספלאנירט לויט די העכסטע סטאנדארטן פון אזעלכע ביזנעס קאנפערענצן, פון די רעגיסטראציע, ביז די אויפנאמע, די פראפעסיאנאלע “בעדזש” וואס יעדער פרעזענטירט, די האנדל-וואנדל פון צופרי ביז ביינאכט, און די אינפארמאטיווע סעסיעס וואס ווערן צוגעשטעלט מיט טייל פון די בעסטע רעדנערס אין די ביזנעס וועלט.

*

די 5 בארימטע לאיערס

אויפ’ן לעגאלן פראנט, דארף מען נישט זאגן פאר ביזנעסער וויפיל קאפ-ווייטאג מ’קען זיך אנליידן אויף טריט און שריט. פון אריינהאקן א טשוואק ביז אונטערשרייבן א צעטל, זענען דא בערג מיט רעגולאציעס. און ווער רעדט נאך אויב, עס זאל זיך נישט טרעפן, מען האט נישט געקענט די פונקטליכע אפטייטש פון גאר פיצעלעך ווערטער אין די נייעסטע געזעצן, און נאך איידער מען ווייסט וואו וואס ווען טרעפט מען זיך שוין אין… מיט צענדליגער אדער גאר הונדערטער אלפים אין “ווייאלעישאנס.”

דעריבער איז די ערשטע אויף די ליסטע צו ברענגען א “טיעם פון לאיערס” – אבער נישט סתם.

ווי די פארשטייער פון OJBA דערציילן, האט מען געזוכט, און געפינען, א שטאב פון העכסט בארימטע אדוואקאטן, פון די “ווייסע שוך לאו פירמע” מיט’ן נאמען “פאקס און ראטשילד.” די נאמען פון די פירמע גייט פאראויס אלס די גרעסטע עקספערטן אין “קאנסטראקשען לעגאליטעטן,” און זיי וועלן קומען אויפטריטן ביי די “עקספאו” מיט א גאנצע סדר היום פאר זיך, א רייע פון 5 באזונדערע סעסיעס וואס קיינער וועט נישט וועלן פארפאסן.

דער בארימטער לאיער הענרי קענט סמיט וועט רעדן וועגן “זאונינג.” יא, די טעמע וואס הייבט ברעמען און מאכט אזויפיל שוויצן, וועט דא קומען צום אויבנאן מען זאל הערן די ריכטיגע צוגאנג פון אזא עקספערט. דער לאיער, א “פארטנער” אין די פירמע, וועט זיך באציען צו “זאונינג” אין אפסטעיט ניו יארק און צפון ניו דזשערסי, און, נישט געזארגט, מען האט רעזערווירט גענוג און נאך זיץ פלעצער.

זיין קאלעגע, “פארטנער” אלעקס וויקסטעד, וועט אויפטרעטן וועגן “פראפערטי שטייערן.” די צוויי סטעיטס האבן פון די העכסטע שטייערן, איבעריג צו זאגן, און הערשט ווילן די סטעיטס זיך איינרייסן מיט די “איי. אר. עס.” וועגן די “דידאקשענס קעפ,” און יעדער וויל וויסן וואו מען האלט יעצט איבער דעם, און וויאזוי דאס איז ספעציעל אייגנארטיג פאר קאנסטראקשען פירמעס, קלענערע און גרעסערע ביזנעסער, פערזענליכע אייגענטומער, אא”וו.

וואס טוט זיך מיט לעיבאר און ווארקערס קאמפ.? דאבעליו 2 אדער 1099? דורכצוגיין די קאמפליצירטע טעמע, מיט די לעצטיגע פארשריפטן מיט אלע איינצלהייטן, וועט אויפטרעטן די פירמע’ס “פארטנער” און בארימטער לאיער מארק טאבאקמאן.

אויף די שווערע טעמע פון “אן אפמאך – נישט אונטערגעשריבן” וועט אויפטרעטן די בארימטע עקספערט, לאיער א. עלגארט פון די זעלבע פירמע, ספעציעל אויף די טעמע וואס אזויפיל ביזנעס אייגענטומער מוטשען זיך מיט שלאפלאזע נעכט, “פארוואס האב איך עס נישט גענומען בכתב…” מען שליסט אן אפמאך מיט א ווארימע האנט-רייך, מזל און ברכה, אבער אן א פארמאלע צעטל, און נאכדעם גייט עפעס נישט אין גוטן ריכטונג, וואס טוט מען? מאכט גרייט די פענע און נאטיץ ביכל.

“דיו דילידזשענס…” א מינוט, איין מינוט. יא, אויף די שווערע און סענסיטיווע טעמע, וואו קיין איין פאל איז נישט גלייך צום אנדערן, און אלעס דארף זיין אזוי פראפעסיאנאל און ערפארן, האט OJBA אראנדזשירט צו האבן צוויי עקספערטן און געבן פאר’ן ביזנעס עולם צו שפירן די ריכטיגע צוגאנג פאר “דיו דילידשענס” ביי סיי וועלכע מקח, פון הונדערט אלפים צו הונדערט מיליאן. לאו פירמע “פארטנער” דעוויד ריסטעינאו” צוזאמען מיט’ן אידישן לאיער נחמי’ (חעמי) סאקאליק, פון די גאר פרעסטיזשפולע לאו פירמע “וויטמאן,” וועלן אויפטרעטן איבער “דיו דילידזשענס” אויף א פארנעם וואס די היימישע ביזנעס וועלט האט נאך ווארשיינליך קיינמאל נישט געהאט ביז יעצט, ביים קומענדיגן “עקספאו.”

*

העכסט אינפארמאטיווע סדר היום

 

און דאס איז אלעס נאר אויפ’ן לעגאלן פראנט. וואס טוט זיך מיט אינדוסטריעלע נייעס, מארקעטינג, סעילס, קאוטשינג, פארמיידן טעותים, ארבייטן “אויף” די ביזנעס און נישט “אין” די ביזנעס? אה, נעמט’זשע א בענקל…

ווער האט נישט געהערט פון דזשאו עפפעלבאום, פון “עידזשעקס יוניאן,” א בארימטער רעדנער און לעקטשורער, מיט א ספעציעלע פאכמאנשאפט צו טרייבן ביזנעסער גרעסער און הייבן די סעילס איבער אלע ערווארטונגען. אין א לעקציע פון 45 מינוט וועט ער געבן פונקטליכע אנווייזונגען אויף אהערשטעלן א “מארקעטינג פלאן” לויט די ערווארטונגען און מעגליכקייטן פון ביזנעסער מיט ווייניג קאסטן אבער מאכטפולע רעזולטאטן.

דער בארימטער קאנסולטענט נפתלי האפף קומט אויפטרעטן וועגן די ביזנעס פונדאמענט פון “מאכן צילן” (גאולס), וויאזוי מען גייט צו דערצו מיט קלארקייט און אויפאמאל קען די גאנצע פירמע בעסער פונקציאנירן מיט עקזיסטירנדע קליענטן און אנטפאנגען נייע. ווי אלע מומחים זאגן, אז מען האט נישט קיין ציל, וויאזוי קען מען גיין איין טריט פאראויס? ער האט די צוגאנג דערצו וואס יעדע ביזנעס קען אויספירן למעשה.

ריעל עסטעיט עקספערט און “מעדיסאן טייטל קאמפאני” וויצע פרעזידענט אהרן גא-טליעב וועט פארשטעלן זיין לאנגיאריגע ערפארונג אין פארמיידן די גרעסטע גרייזן אין ריעל עסטעיט. אז איינער וויל אריינגיין אין ריעל עסטעיט, אדער וואקסן נאך לאנגע יארן ערפארונג צו א העכערע שטאפל, זענען דא הונדערטער ערליי טעכניקן וואס און וואו צו גיין, אבער מ’קען ח”ו אריינפאלן אין פאסטקעס. נאך אזא לעקציע האט מען א קלארע וועג צו הצלחה בס”ד.

“אושא” (OSHA)… “טיילענאל” איז דא אין לעדל… אבער ערנסט גערעדט וויל יעדער קענען די נייע פארשריפטן פונקטליך, אן אריינפאלן מיט לעגאלע פראבלעמען און פארלעצונגען וואס קענען קאסטן זייער טייער אין אלע פארמען. דער בארימטער אפיציעלער “אושא” עקספערט, פעליקס לעבאוויטש, קומט אויפטרעטן מיט א סעסיע פון 45 מינוט איבער אלעס וואס האט צו טאן מיט פעדעראלע זיכערהייט סטאנדארטן אויפ’ן ארבייטס פלאץ, אז יעדע אפיס אדער “דזשאב סייט” זאל זיין טאטאל באשיצט פון סיי וועלכע זיכערהייט פראבלעם אדער לייעביליטי, און קענען דורכמאכן יעדע אינספעקציע מיט הונדערט פראצענט קאמפלייענס.

יעדער ביזנעס אייגענטומער ווייסט אז דער יסוד איז סעילס, סעילס, סעילס, און צו ברענגען די בעסטע אויסגעפראווטע טעכניקן און מעטאדן קומט פערזענליך צום “עקספאו” דער בארימטער סעילס קאוטש, דוד שטערן, צו געבן א סעמינאר אויף באזייטיגן די באריקאדעס וואס האלטן צוריק סעילס מענטשן פון דערגרייכן זייער ריכטיגע ערפאלג און באקומען פילצאליגע טיפס וויאזוי צו הייבן די סעילס מער און מער אויף א סיסטעמאטישע מהלך אויפ’ן לענגערן טערמין.

דאס איז וואס מ’קען שוין ארויסגעבן אויף יעצט, אבער די פלענער זענען בס”ד פילפאכיג מער.

געדענקט, די “אינטערסטעיט עקספאו,” מעדאולענדס, ניו דזשערסי, מיטוואך פר’ וישב, למספרם נאוועמבער דער 28’סטער.

רעגיסטראציע: www.interstateexpo.com אדער אויפ’ן טעלעפאן נומער 845-763-0003. קיינער וויל עס נישט פארפאסן

 

<