SHARE
אינטערעסע וואקסט צו בעפארשטייענדע “אינטערסטעיט עקספאו” פאר קאנסטראקשען און מענעדזשמענט קומענדיגן מיטוואך וישב און וואס זאגט… “פאוער טעק ביזנעס סעלושאנס”? 2’טע אין סעריע🎥

בס”ד

אינטערעסע וואקסט צו בעפארשטייענדע “אינטערסטעיט עקספאו” פאר קאנסטראקשען און מענעדזשמענט קומענדיגן מיטוואך וישב

 

דער לוח זאגט שוין א וואך נענטער צו די “אינטערסטעיט עקספאו,” און די צוגרייטונגען ווערן שוין העפטיגער ביי די בליענדע אינדוסטריעס פון קאנסטראקשען און מענעדזשמענט זיך איינצושרייבן און אנטייל צו נעמען מיט ברכה און הצלחה בס”ד.

ביזנעס אייגענטומער און מענעדזשערס וואס זענען שוין ערפארן פון די “אינטערסטעיט עקספאו” קענען די ערווארטונגען און גרייטן זיך מיט די ריכטיגע צייט פלאנירונגען, שטאב מיטגלידער, מארקעטינג מאטעריאל, פראדוקט אינפאראמציע, גענוג און נאך ביזנעס קארטלעך, און אוודאי אלע געצייג צו נעמען נאטיצן פון אקטיווע, נייע און פאטענציעלע קליענטן.

אבער מטעם “OJBA,” די פאראיין פון ארטאדאקסישע ביזנעסער אין קאנסטראקשען און מענעדזשמענט, ווערט איבערגעגעבן איבער א שטארקע נייגער פון ביזנעסער וועלכע האבן נאך נישט מיטגעהאלטן די פריערדיגע ריזן צוזאמקונפטן און ווילן הער מער אינפארמאציע וויאזוי אריינצוקומען צו די קומענדיגע עקספאו אלס “עקזיביטארס” אדער ביזנעס געסט.

ווי מען ווייסט אין עולם המסחר, איז א צופרידענער קאסטומער די בעסטע אדווערטייזמענט, און פילפאכיג מער קען עס ב”ה געזאגט ווערן אויפ’ן “אינטערסטעיט עקספאו,” וואס די צופרידענע סוחרים לאזן הערן די גוטע גריסן פאר קאלעגעס, שותפים, משפחה מיטגלידער, ידידים, און מען רופט אריין מיט פיל ערליי פראגעס וויאזוי זיך אויך אנצושליסן ווי עס דארף צו זיין. ספעציעל האט אפגעקלינגען די פאזיטיווע אינטערוויו מיט די היימישע פירמע “נעיל-איט” פאריגע וואך, וואס צייגט ווי ווייט מ’קען בס”ד אנקומען דורך די ריכטיגע השתדלות אין די ביזנעס קארידארן פון בוי ארבייט.

 

“יעדער קומט פאר איין סיבה, וואקסן די ביזנעס,” זאגט מו”ה אלימלך וועבער הי”ו, גרינדער פון “OJBA” וואס שטעלט אהער די יערליכע “אינטערסטעיט עקספאו” פאר די קאנסטראקשען און מענעדזשמענט אינדוסטריעס אין גרעיטאר האדסאן וועלי, ד”ה ראקלענד, אראנדזש, און צפון ניו דזשערסי. [אין דעם ראיאן געפינען זיך די בליענדע היימישע געגנטער פון קרית יואל ביז מאנסי ביז דזשערסי סיטי און אלע געגנטער אינצווישן, כן ירבו.]

“דא טרעפט מען זיך מיט באקאנטע קליענטן און ווענדארס, אפטמאל אזעלכע וואס מען האנדלט שוין לאנג מיט זיי אבער מען האט נישט געהאט קיין ‘ברענד’ אדער ‘פערזענליכקייט’ אונטער די ביזנעס קאמיוניקאציע, און יעצט באגריסט מען זיך צום ערשטן מאל,” זאגט ער, דערציילנדיג א סצענע וואס איז גוט באקאנט ביי אומצאליגע ביזנעס עקזעקיוטיווען. “אין די זעלבע צייט שטעלט מען זיך ארויס אויפ’ן מארקעט, מען טרעפט נייע פראדוקטן, נייע סערוויסעס, נייע ערפארענע מענטשן, נייע קענטעניסן וואס מען האט נישט געוואוסט ביז יעצט.”

די באטייליגטע ביים “אינטערסטעיט עקספאו” ווייסן צו ערווארטן, זאגט ר’ אלימלך, “אז די גאנצע טאג, פון 9 אזייגער צופרי ביז 6 אזייגער אווענט, איז איין קייט פון העפטיגע ביזנעס, אן קיין איבעריגע צייט. מען רעדט פון מענטשן אין שטארקע ביזנעסער וואו פארשווענדן ארבייט שטונדן איז נישט אינעם ווערטער-בוך אפילו. אנשטאט זיין אין אפיס אדער אויפ’ן טראק, געבן זיי אוועק א טאג צו פארברייטערן די ביזנעס, ווייל זיי פארשטייען די ווערד פון אזא יערליכע אינוועסטמענט.” מיט דעם צוגאנג, ווערט געפלאנט א גאר אנגעפילטע סדר היום פון לעקציעס, ווארקשאפס און אינדוסטריע נייעסן וואס וועט האלטן אלעמען געשפאנט און לאזן דעם עולם אהיימגיין מיט גרויסארטיגע צדה לדרך, און די פונקטליכע איינצלהייטן ווערן אויסגעארבייט אין די יעצטיגע טעג.

ווי מען האט געזען פריער, איז די פלאץ פונעם “אינטערסטעיט עקספאו,” די ריזיגע “מעדאולענד עקספאו” צענטער אין ראטערפארד, ניו דזשערסי, פונקט די פאסיגע פלאץ פאר אזא ביזנעס צוזאמקונפט. זייענדיג אין ניו דזשערסי פונקט אקעגן ניו יארק סיטי, איז עס גרינג פאר ביזנעסער פון קרית יואל, מאנסי, און צפון ניו דזשערסי. פארקינג – אה, ווער רעדט נאך פון פארקינג, ברייט פלאץ פאר פילע הונדערטער קארס בהרחבה גדולה – אומזיסט!

סוף טאג, פארנאכטס, אנגעלאדנט מיט ברכה והצלחה עד בלי די, וועט אי”ה זיין ברייטע איבערבייס כיד המלך פאר יעדן איינעם.

געדענקט, אלזא, אויפ’ן ביזנעס לוח. די “אינטערסטעיט עקספאו,” מעדאולענדס, ניו דזשערסי, מיטוואך פר’ וישב, למספרם נאוועמבער דער 28’סטער.

רעגיסטראציע  www.interstateexpo.com

אדער אויפ’ן טעלעפאן נומער 845-763-0003

פרטים יבואו

 

<