SHARE
“קאנסטראקשען און מענעדזשמענט” אינדוסטריעס ערווארטן מיט שפאנונג גרויסע “אינטערסטעיט עקספאו” אין נאוועמבער 🎥

“קאנסטראקשען און מענעדזשמענט” אינדוסטריעס ערווארטן מיט שפאנונג גרויסע “אינטערסטעיט עקספאו” אין נאוועמבער

 

די גאלדענע עפאכע אין קאסטראקשען און מענעדזשמענט שפאנט פאראויס בס”ד, און די קאמבינירטע אינדוסטריעס ערווארטן שוין אין גרויסן די צענטראלע “אינטערסטעיט עקספאו” קומענדיגן נאוועמבער.

 

צום צווייטן יאר נאכאנאנד, וועלן די גרעסטע פירמעס פון קאנסטאקשען און פראפערטי מענעדזשמענט דורכאויס ראקלענד, אראנדזש און צפון ניו דזשערסי, צוזאמקומען פאר איין דעזיגנירטע טאג צו

באגריסן ביזנעס באקאנטע, שאפן נייע, און פארברענגען אין א געשמאקע פראפעסיאנאלע אטמאספערע צו קענען שטייגן און בליען.

 

שוין יעצט האבן זיך פילע קאמפאניס אנגעשלאסן אלס עקזיביטארס, פארשטייענדיג אז ווי פריער פארזיכערט מען א בעסערע פלאץ ביים “עקספאו,” וואס וועט אי”ה פארקומען קומענדיגן מיטוואך פרשת וישב, למספרם נאוועמבער 28 , אין די גיגאנטישע “מעדאולענדס” צענטער אין ניו דזשערסי. ווי עס ווערט איבערגעגעבן דורך ” OJBA ” וואס ארגאניזירט די שאו, איז די אינטערעסע זייער שטארק דורך פראמינענטע ביזנעסער זיך אנצושליסן צו פרעזענטירן זייערע ווענדארס און קליענטן מיט די נייעסטע חידושים אין זייער “ליין.”

 

“קאמפאניס וואקסן ב”ה אבער ווילן פארשטארקן זייערע יעצטיגע קאנטאקטן און אויפבויען פרישע מיט זייער גוטע נאמען,” זאגט מו”ה אלימלך וועבער הי”ו, גרינדער פון OJBA און אינציאטער פון די בארימטע עקספאו צוזאמקונפטן. “קיינער וויל נישט פארפאסן אזא געלעגנהייט.”

 

ווי מען האט געזען ביי פריערדיגע עקספאוס, ווערט אויך געפלאנט א גאר רייכע און אינפארמאטיווע “פארום” סעריע צו ברענגען פאר די באטייליגטע די לעצטיגע נייעס און אנטוויקלונגען אין אלע געביטן פון קאנסטראקשען און פראפערטי מענעדזשמענט, און די סערוויסעס און פראדוקטן וואס ווערן גענוצט פראפעסיאנעל דורך די פירמעס טאג-טעגליך.

 

אונטער איין דאך אין אזא געשמאקע אטמאספערע, זאגט OJBA , ברענגט צוזאמען בילדערס, דעוועלאפערס, קאנטראקטערס, סוב-קאנטראקטערס, מענעדזשמענט פירמעס, סופלייערס און סערוויס קאמפאניס צו בויען זייער ברענד און אנוועזנהייט מיט קאלעגען, קאסטומערס און ווענדארס צוגלייך.

 

“די פלאטפארמע פון די עקספאו ערלויבט די באטייליגטע צו האבן א פראפעסיאנאלע קאמיוניקאציע וואו מען פארשטייט זיך גוט,” זאגט ר’ אלימלך. “די באטייליגטע זענען רוב צייט אויף דזשאב סייטס אדער גאר פארנומען אין אפיס, און האבן נישט קיין גוטע געלעגנהייטן זיך צו טרעפן מיט אנדערע אין

אזא אייגנארטיגע אויסשטעל. פארברענגען איין טאג ביים עקספאו ווערט געזען אלס א גוטע אינוועסטמענט צו נעמען די ביזנעס צום נעקסטן שטאפל.”

 

אין די קומענדיגע וואכן און מאנאטן וועט OJBA ברענגען מער איינצלהייטן איבער די גרויסארטיגע עקספאו, צו פארזיכערן די מאקסימום פאזיטיווע רעזולטאטן פאר אלע באטייליגטע.

 

פאר מער אינפארמאציע קען מען רופן אדער זיך רעגיסטרירן :

845-763-0003   

www.interstateexpo.com

 

 

<