SHARE
מאנסי \ סקווירא’ס מעסעדזש צו הונדערטער פארפעלקער: גענוג געווארט

מאנסי\שיכון סקווירא ערווארט שפאנענדע מאמענטן ביים גראנדיעזן בוני עולם דינער; דעם מיטוואך ראה אין “אטריום פלאזא”

יושב ראש: משמח אלקים ואנשים ועסקן נמרץ הר”ר אייזיק לייב מיללער הי”ו ▪ ברכת המוסד: הגה”צ המפורסם רבי יחיאל מיכל שטיינמעטץ שליט”א דומ”ץ סקווירא-ב”פ ורב המוסד ▪ ואביו שמ”ר את הדבר: הרב שלמה באכנער שליט”א מייסד ומנהל המוסד ניתן רשות לרופא: היימישער פראפעסאר דר. אהרן פרץ הי”ו פון ארץ ישראל ▪ היכל הנגינה: סאמע גרעסטע ריזן אין דער נגינה-היערארכיע – “יוחי בריסקמאן ארקעסטאע” און “שירה” ▪ נשיר את שירי ציון: בארימטע נגינה-שטערנ’ס מו”ה שלום לעממער הי”ו ומו”ה יעקב לעממער הי”ו ▪ אטעם-פארכאפנדע געשיכטע: “קוואטער” דורך בארימטע משמחים און שפילער ר’ וועלוול פעלדמאן און ר’ יעקב יוסף לאנגזאם ▪ כרחם אב על בנו: “הערליכע מעלאדיע” דורך אב ובנו, הר”ר יעקב ובנו הילד המופלא מענדיל לעממער הי”ו וועלן פארשטען טאטעניו, ▪ פערזענליכע איבערלעבעניש פון תושב עיר מאנסי: “געווארט און געווארט” די לאנגע רייזע ▪ נייע פאכמאנישע אויסשטעל אינעם זאל:  צוברענגענדיג נאך הונדערטער זיץ פלעצער

 

עיר ואם בישראל, מאנסי \ סקווירא . – מיט אויסטערלישע שפאנונג און ענטוזיאזם ווארטן אלופי אלפי תושבי מאנסי \ סקווירא  – מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם – אויפ’ן ליל שימורי”ם לדורותיכ”ם, דער לאנג-ערווארטעטער, לעכטיגער נאכט, ווען ווידעראמאל וועט מאנסי \ סקווירא  הילכיג דעמאנסטרירן די פייערדיגע אהבת ישראל וואס ברענט אין די הערצער פאר אנדערע אידן, קרובים, שכנים, ידידים, און אפילו פרעמדע אידן, אשר בשם ישראל יכונה.

מוסד הק’ “בוני עולם” געניסט ב”ה היינט צוטאגס אויסטערלישע שעצונג און שטיצע פון גאנץ כלל ישראל, אנגעהויבן ביי די גדולי ומאורי הדור שליט”א וועלכע זענען כסדר מחזק און מעודד די הייליגע פעולות חובקות זרועות עולם, און געענדיגט ביי יעדער איד וואס שפירט זיך מקושר אלס טייל פון כלל ישראל, און פארשטייט די אחריות פון כל ישראל ערבים זה לזה, אז עס איז די אחריות פון גאנץ כלל ישראל אינאיינעם צו ערמעגליכן פאר יעדן יחיד ויחיד צו נעמען א טייל אינעם אויפבוי און המשך פון אידישע דורות.

פון מאל-צו-מאל וואקסט די באטייליגונג ביים גראנדיעזן דינער, וואס איז א זמן קהלה לכל, ווען יעדער תושבי העיר פארשטייט אז דאס טאר מען נישט פארפאסן, און באטראכטן עס אלס א חוב קדוש צו זיין א טייל פון אזא הייליגע פארזאמלונג, וואס איז זיכער מעורר רחמי שמים אויף אונזער שטאט און ברענגט א שפע פון השפעות טובות מן השמים.

די צוגרייטונגען צום גראנדיעזן “בוני עולם דינער” גייט אין די יעצטיגע טעג אריין אין די סאמע-לעצטע פאזעס, ווען א מיליטער פון ענערגישע עסקנים זענען איינגעשפאנט און ארבעטן ארום-דעם-זייגער אהערצושטעלן יעדן פרט און פרט פונעם אווענט, אריינגערעכנט דעם זאל, פראגראם, טראנספארטאציע, דזשורנאל, לאגיסטיקס, און פיל מער, וואס וועט קומען צום קלימאקס ביים גראנדיעזן דינער נאכט אינעם מאיעסטעטישן “אטריום פלאזא”.

דער היי-יעריגער דינער אנטשפרעכט צו איבערראשן אלע פארזאמלטע מיט אירע דראמאטישע און געשמאקע מאמענטן. עס איז אריינגעלייגט געווארן אויסטערלישע כוחות און ענערגיע אהערצושטעלן א העכסט-אויסנאמליכער אווענט, וואס וועט פארשאפן אן אויסערגעווענליכע תענוג ונחת רוח פאר די משתתפים, וועלכע וועלן פארברענגען אין אן אנגענעמע אטמאספערע און מיטהאלטן דעם שפאנענדן פראגראם, וואס וועט האלטן דעם ציבור צוגענאגלט צו די ערטער דורכאויס די גאנצע צייט.

 

נייער פאכמאנישער אויסשטעל פארן זאל

נאכן באזוכן עטליכע מאהל דעם גרויסן אטריום זאל און וויסענדיג אז הונדערטער אידן זענען געשטאנען געשטיפט ביי די פריער’דיגע דינער’ס פון בוני עולם, איז מען אויפגעקומען מיט א הערליכע נייע פאכמאנישער לעי-אויט פאר’ן גאנצען זאל, וואס דאס וועט צוברענגען נאך הונדערטער זיצן.

דער אויבן אן וועט זיין מאיעסטעטיש אהערגעשטעלט כראוי ונכון ווי עס פאסט זיך פאר כבוד התורה, פאר די חשובע גדולי הרבנים, ראשי ישיבות ומורי צדק פון די קהילות קדושות פון איבער דעם גאנצען געגענט מאנסי ושיכון סקווירא.

דער רעדנער וועט שטיין אויף א מקום ווי פונעם גאנצען זאל וועלן קענען זיין די אויגן געוואנדן צום פאדיום און קענען מיטהאלטן יעדעס ווארט פונעם טשערמאן און די חשובע רעדנערס.

א עקסטערע פלאטפארמע וועט שטיין פאר די זינגער’ס ומטיבי נגן און אלע כלים ארום, אזוי אז יעדער איינער זאל קענען מטהאלטן פון זיין מקום, און זיך נישט דארפן שטיפן פארענט.

מומחים וואס האבן באטראכט דעם נייעם אויסשטעל זאגן, אז דאס איז א חידוש נפלא אינעם זאל, און וועט האפענטליך בס”ד אסאך צוגעבן צום גראנדיעזען דינער.

כי אם אל המקום אשר עמד

העכסט-מסודר’דיגע טראנספארטאציע סיסטעם ערווארטעט

היי-יאר ווערט אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות צוצושטעלן א מסודר’דיגן טראנספארטאציע סיסטעם, מיט א פלאטע פון צענדליגער באסעס וואס וועלן אי”ה פארן אויף א באשטימטן און פונקטליכן סדר, און אפפירן דעם ציבור האלפים צום זאל.

פאר דעם צוועק פאדערט זיך אסאך באסעס, און כדי צו פארשנעלערן דעם פראצעדור ווערט אריינגעברענגט אין דינסט א ספעציעלע פלאטע פון באסעס, וואס וועלן דורכפארן יעדע 20 מינוט לענגאויס די מאנסי \ שיכון סקווירא אויפצונעמען דעם ציבור פון אלע עקן שטאט און אפפירן צום זאל וואו עס וועט געפראוועט ווערן דעם גראנדיעזן בוני עולם דינער.

אזוי אויך וועלן די באסעס צוריקפירן דעם ציבור אהיים תיכף נאכן מעמד אדיר, לויט א באשטימטן און ווירקזאמען סיסטעם, צו פארזיכערן אז די אלופי אלפי ישראל באקומען די בעסטע סערוויס מיטצוהאלטן דעם גרויסן ליל הדינער מרישא ועד גמירא.

גלייכצייטיג ווערט געמאלדן אז אויפ’ן ארט וועט אויך זיין צוגעשטעלט גאר אסאך פארקינג-פלעצער פאר פריוואטע קארס, וועלכע וועלן קומען צופארן זיך משתתף צו זיין ביים רייכן און הייליגן אווענט, זיך אנצושליסן אין כלל ישראל’ס מיסיע – להחיות נפ”ש.

 

מאנסי \ סקווירא ‘ס מעסעדזש צו הונדערטער פארפעלקער: גענוג געווארט

בשעת תושבי העיר גרייטן זיך צום גראנדיעזן “בוני עולם אווענט” זענען די אויגן פון הונדערטער פארפעלקער פון איבער דער וועלט געוואנדן צו מאנסי \ סקווירא , און זיי קוקן ארויס אויף די הצלחה פונעם אווענט, אויף די סוקסעס פונעם ליל הדינער, וואס וועט בעז”ה האפנטליך ברענגען א טריט נענטער זייער ישועה אויף וואס זיי קוקן אזוי שטארק ארויס.

פון איבעראל הערט זיך ליידער דאס וויי-געשריי פון אזויפיל הונדערטער היימישע פארפעלקער פון איבער דער גאנצער וועלט – פון ניו יארק ביז אייראפע, פון קאנאדע ביז ארץ ישראל, און אזש פון אויסטראליע און דרום אמעריקע – וועלכע ווענדן זייערע פארווייטאגטע הערצער צו כלל ישראל’ס מוסד אז מען זאל זיי אויך העלפן אויפגעראכטן צו ווערן מיט זרע של קיימא, בעז”ה.

פון די צווייטע זייט פריידט דאס הארץ און עס גלויבט זיך שווער ווי ווייט מען איז אנגעקומען, באגלייט מיט אויסערגעווענליכע סייעתא דשמיא. בוני עולם איז א פארנעפלטער חלום וואס איז פארווירקליכט געווארן אין אן אומגלויבליכער מציאות. אריבער 7,200 היימישע פארפעלקער האבן זוכה געווען צו האלזן אן אייגן קינד מיט די הילף און שטיצע פון “בוני עולם”, און אין די לעצטערע יארן זענען די סערוויסעס אויסטערליש פארברייטערט געווארן צו תחומים וואס מען האט קיינמאל נישט גע’חלומ’ט אז מען קען עפעס אויפטון און פאר פראבלעמען וואס די ליידענדע זענען שוין ליידער געווען מיואש פון טרעפן זייער ישועה.

תושבי מאנסי \ סקווירא  זענען אנטשלאסן צו טון אלעס צו פארמינערן זייער ווייטאג אפילו מיט איין יאר, איין חודש, איין וואך, און אפילו איין טאג. מיר קענען נישט צוקוקן אז אזויפיל היימישע פארפעלקער זאלן מיטמאכן אזא שווערן דורכגאנג, און מיר וועלן איינרייסן ביי השי”ת אז זיי זאלן שוין אויפגעראכטן ווערן בקרוב ממש, און מיר וועלן טון די אלע השתדלות וואס נאר מעגליך.  

דער הילכיגער מעסעדזש וואס וועט אפקלינגען דורך די אלופי אלפי ישראל דעם קומענדיגן מיטוואך ראה איז: טייערע ברודער און שוועסטער, מיר וועלן אייך נישט לאזן אליינס ווארטן! מיר זענען דא אייך צו העלפן כאיש אחד בלב אחד, ביז איר וועט בעז”ה זוכה זיין אויפגעראכטן צו ווערן בעזר השם ובסייעתא דשמיא מיט זרע של קיימא בקרוב.

<