SHARE
אינטרעסאנטע ארטיקל לכבוד די הילולא קדישא פון הגה”ק רבי צבי הירש זצוק”ל אבד”ק ליסקא

צענטראלע סעודת הילולא פון מרן הגה”ק בעל “אך פרי תבואה” מליסקא זי”ע
וועט געפראוועט ווערן דורך פון כ”ק אדמו”ר מליסקא שליט”א
מיטוואך פרשת ואתחנן אין ליסקא בית המדרש
י”ד אב פאלט אויס די הילולא קדישא פון הגה”ק רבן של ישראל רבי צבי הירש זצוק”ל אבד”ק ליסקא, באקאנט אלס דער ‘אך פרי תבואה’ נאך זיין הייליגן ספר, און מחבר פון ספר הישר והטוב על מועדים וסוגיות הש”ס. חסידישע אידן איבער די גארע וועלט גרייטן זיך צו צי דעם הייליגן טאג, צו פראווען דעם גרויסע יארצייט בכל מקום שהם, אין דער גרויסע צענטראלע סעודה וועט פארקומען דורך כ”ק אדמו”ר מליסקא שליט”א מיטוואך אווענט, אור ליום י”ד אב, פרשת ואתחנן, אין ליסקא בית מדרש.
הגה”ק מליסקא זי”ע איז געוועהן בשעתו פון די גרעסטע מנהיגי החסידות און אונגארן, וועמענס נאמען איז פארהייליגט געווארען ביי חסידים לדורי דורות. טויזענטער אידן פלעגן קומען ביום ההילולא על ציונו הקדוש אין שטאט ליסקא און זיך אויסבעטן ישועות ורפואות בגוף ובנפש. ווי דער ‘אך פרי תבואה’ זעלבסט האט געזאגט איידער זיין פטירה: “זארגטס ענק נישט, איך וועל אויפטוהן מער אין די זאקן, ווי אין די שיך”, מיינעדיג מיט דעם אז ער ווערט ווייטער ארויס העלפען פאר ווער עס קומט נאר צו מתפלל זיין ביי זיין ציון.
ווי ווייט מרן הגה”ק מליסקא זי”ע האט געהאלטן אז דער טאג פון זיין פטירה האט גאר א גרויסע באדייט, קען מען זעהן פון דעם אינטרעסאנטער עובדא, אז ער האט זיך באוויזן אין דעם טאג פון זיין יארצייט, י”ד אב, צום חוסטער רב, הגה”צ רבי יואל צבי ראטה זצ”ל, בעל שו”ת בית היוצר, און האט אים געזאגט אז ער זאל נישט זאגט קיין תחנון אין דעם טאג. (זעה דער סיפור הדברים באריכות אינעם הקדמה פון ספר דרשות בית היוצר).
*
הרה”ח בנש”ק ר’ אהרן טייטלבוים ז”ל פון איהעלי האט דערציילט:
ביי די קבורה פון הגה”ק מליסקא זי”ע, האט דער עולם אריינגעווארפן אינעם אפענעם קבר קוויטלעך מיט בקשות. דעם אנדערן טאג איז דער אך פרי תבואה געקומען אין חלום צו איינעם פון זיינע חסידים און האט אים געזאגט: “איך האב געזען דיין קוויטל, אבער נעכטן בין איך געווען פארנומען מיט מיר. דעריבער זאלסטו נאכאמאל קומען אויף מיין קבר, און זאלסט מזכיר זיין דיין בקשה”.
*
יעדעס יאר אינעם טאג י”ד אב, די יומא דהילולא קדישא פון הגה”ק מליסקא זי”ע זענען געקומען טויזענטער מענטשן פון אלע עקן לאנד זיך משתטח זיין אויף זיין הייליגע ציון, צווישן זיי אויך די גדולי הדור.
דער קאשוי’ער רב, הגה”צ רבי רפאל בלום זצ”ל פלעגט אסאך יארן רעדן אין דעם טאג, וואס האט זיך אפגעטוהן אין אונגארן שוין טעג איידער דער יארצייט האט מען זיך געלאזט איבער די וועגענער און אויף די באנען אנצוקומען קיין ליסקא.
דערביי האט ער נאכגעזאגט פון א בריעוו וואס זיין טאטע הרב ר’ שמואל בלום ז”ל האט געשריבן בשנת תרצ”ה (געדרוקט אין ספר ‘נפתלי שבע רצון’) :
“…גם זאת אזכיר, כי על היארצייט בליסקא (י”ד מנחם אב) היה המנהג מקדמת דנא, כי גם הרבה בחורים מהישיבות הסמוכות מתאספו ובאו שמה, ונקבצו בכל עת כמו מסיקסא, ש’פאטאק, טשאבא, ה’ מאד, קערעסטור, סערענטש, סעמיהאל, אויהעלי, נירעדהאז, טאקאי, פוטנאק, מישקאלץ, וכו’ וכו’.
ופעם אחת היינו כמו ארבעים וחמישים במספר, והלכנו יחד שלובי זרוע, לכל הרבנים הגדולים שהיו שם לקבל פניהם וברכתם, וראשון תחילה לרבינו הגאון [בעל בית נפתלי ממאד] ז”ל, וקבל אותנו בסבר פנים יפות, וציין כמעט את כל אחד ואחד עם איזה דברים חמים, והלהיב אותנו להתמדת הלימוד, כי הם חיינו. וקראנו בקול חי…”
*
אפילו יארן שפעטער ביז צום לעצטן קריג זענען נאך מאסן מענטשן געקומען צו גיין אויף דער יארצייט. אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין ירחון ‘וילקט יוסף’ (שנה ב סי’ רכו) ווי ער באווינדערט אז נאך אזויפיל יארן זינט דער פטירה פון הגה”ק מליסקא זי”ע שטראמען נאך אלס אזויפיל אידן צום ציון המציונת אין ליסקא, מענער פרויען קינדער, יונג און אלט, פון נאהנט און פון ווייט האט באלאגערט ליסקא, צווישן זיי תלמידי חכמים, צדיקים מופלגים, חסידים ואנשי מעשה, עמודי התורה אשר בית ישראל נשען עליהם.
*
די ‘חברה קדישא’ פלעגן פארקויפן קארטלעך פאר יעדן וואס האט געוואלט אריינגיין אינעם אוהל מתפלל זיין, און די איינקונפט איז געגאנגען פאר די חברה קדישא. ביים יארצייט האבן זיי פארקויפט מער ווי צוועלף טויזענט קארטלעך. (מפי הגה”צ מוואלקאן זצ”ל).
בעל ייטב לב מסיגוט זצ”ל
ווי דערמאנט, צווישן די צדיקים קדושים עליונים וואס פלעגן קומען זיך משתטח זיין אויפן הייליגן ציון אין ליסקא, אז ער זאל מעורר זיין אז זייערע תפילות ובקשות זאל מתקבל ווערן, איז אויך קומען ידיד מנעוריו הגה”ק בעל ייטב לב זי”ע.
ובימי חוליו ווען דער ייטב לב איז נישט געזונט געווען האט נר געשיקט א קוויטל צום ציון המציונת פון הגה”ק מליסקא זי”ע. (מפי הר”ר חיים בלאקסענהיים ז”ל בשם דער שערי הישר זי”ע; הרה”ח מו”ה נחום מרדכי שפיצער ז”ל).
רבי אליעזר מקאמארנא זצ”ל
           אמאל איז הרה”ק רבי אליעזר’ל מקאמארנא זי”ע געווען אין שטאט ליסקא, און ער האט פלוצלינג דערשפירט אז ער איז בעצבות, האט ער דאס אנגעהאנגן ווייל די גאנצע צייט וואס ער האט זיך אויפגעהאלטן אין ליסקא, איז ער נאכנישט געווען ביים ציון פון הגה”ק מליסקא זי”ע. (מפי הרה”ח א’ יצחק הארטשטיין ז”ל בשם מרן הגה”ק בעל שערי הישר מליסקא זי”ע הי”ד).
רבי יעקב משה מקאמארנא
           הרה”ק רבי יעקב משה מקאמארנא אין די יארן וואס ער האט געוואוינט אין אונגארן פלעגט ער קומען קיין ליסקא זיך משטתח צו זיין על הציון. ובפרט ווען ער איז איז געווען אין איהעלי ביים ציון פון זיין זיידע הגה”ק רבי סענדער’ל זי”ע פלעגט ער זיך אויך אפשטעלן מתפלל צו זיין ביים ציון פון ליסקא רב זי”ע. (מפי הר”ר שלום שווארץ ז”ל.
בעל בית נפתלי ממאד
           הגה”צ רבי נפתלי הכהן שווארץ זצ”ל, בעל בית נפתלי עה”ת ושו”ת, פלעגט קומען קיין ליסקא אויף דער טאג פונעם יארצייט, ער האט אפילו מיטגעברענגט די בחורים, זיינע תלמידים פון זיין גרויסע ישיבה.
הרה”ק מסאטמאר זצ”ל
עטליכע מאל ווען הגה”ק מסאטמאר זי”ע איז געווען אין אוהעלי, אויפן וועג צוריק אהיים, ווען דער באן פלעגט זיך אפשטעלן ביים ליסקא באן סטאנציע, האט ער אויסגענוצט דער געלעגנהייט אין געגאנגען מתפלל זיין במקום שהתפללו אבותיו ביים ציון פון הגה”ק מליסקא זי”ע.
בשנת תרצ”ה האט ער זיך משטתח געווען פאר גאר א לענגערע צייט מער ווי זיין געוואוינהייט (הר”ר שלום שווארץ ז”ל בן הגה”ק המקובל רבי אברהם שווארץ חדב”נ הגה”ק מליסקא זי”ע)
*
צווישן אנדערע צדיקים וואס זענען געקומען זיך משתטח צו זיין ביומא דהילולא קדישא אויפן ציון המציונת פון הגה”ק מליסקא זי”ע: רבי שמואל קאמאדער מדאראג, רבי נפתלי הירצקא מראצפערטא, בעל אפסי ארץ מנאנאש, רבי שאול ראזענבערג אבד”ק ראצפערטא, רבי שמואל ראזענבערג אבד”ק אונסדארף, רבי מרדכי ליב ווינקלער אבד”ק מאד בעל שו”ת לבושי מרדכי, רבי שלמה זלמן עהרנרייך אבד”ק שימאלוי, בעל שו”ת לחם שלמה, רבי שלום אליעזר האלבערשטאם מראצפערט, רבי דוד דוב מייזליש אבד”ק איהעלי בעל בנין דוד, ועוד.
*
איין סיפור מני אלף, האט הרה”צ רבי יואל זוסמאן מערץ זצ”ל פון קאשוי דערציילט:
איינער פון זיינע באקאנטע האט אים דערציילט וואס עס האט פאסירט מיט אים. נאך די מלחמה ווען ער האט געוואוינט אין אונגארן אונטער די קאמוניסטן, האט מען אנגערעדט אויף אים ביי די רעגירונג, און עס האט געווארט אויף אים א ביטער שווערער עונש רח”ל.
זעענדיג זיין שווערע מצב, איז ער געפארן קיין ליסקא זיך משתטח זיין אויפ’ן ציון פונעם ליסקא רב. זייענדיג דארט, האט ער זיך אויסגעגאסן דאס הארץ און שטארק געוויינט, און ער האט געבעטן פון הגה”ק מליסקא זי”ע אז ער זאל זיין א מליץ יושר פאר אים, אז ער זאל ניצול ווערן פון די רשעים אז זיי זאלן אים נישט קענען שלעכטס טוהן.
ווען ער האט געענדיגט מתפלל זיין און איז אוועקגעגאנגען פונעם ציון, האט ער געשפירט ווי עס איז אים גרינגער געווארן פון זיינע פראבלעמען. שפעטער האט זיך טאקע אויסגעשטעלט אז ער האט גע’פועל’ט א ישועה ביים ציון. ער איז ארויס אינגאנצן פריי, און זיינע שונאים זענען געבליבן פארשעמט.
*
אזוי אויך עד היום פארן אידן מארבע כנפות הארץ קיין ליסקא זיך מתפלל זיין אין זיך אויסבעטן אויף דעם הייליגן מקום. בפרט נאך דעם וואס מיט עטליכע יאר צוריק איז דער בית החיים און דער אוהל הקדוש פון רבותיה”ק מבית ליסקא ה”ה בעל אך פרי תבואה זי”ע וחתנו וממלא מקומו בעל טל חיים זי”ע, צוריקגעשטעלט געווארען אין ארדענונג, מען האט איבערגעבויט דער גדר אויף די פריעדיגע יסודות, אין אריין געצויגען לעקטער צו קען באלייכטען אינעווייניג אינעם אוהל הקדוש.
ווי יעדעס יאר וועט אויך היי יאר פארקומען די סעודת הילולא אין דעם ליסקא בית המדרש 1449 50 סט. מיטוואך אווענט פרשת ואתחנן, אור ליום י”ד אב, דער סעודה וועט זיך אנהייבען תיכף נאך תפלת מעריב, זמן תפלת מנחה ומעריב איז 9:00 אזייגער, דברי תורה ועובדות ממרן בעל הילולא זי”ע וועט געהערט ווערן דורך’ן ממשיך שושלת הקודש כ”ק מרן אדמו”ר מליסקא שליט”א.
<