SHARE
זעהט וויאזוי הרבני הנגיד רבי יודל ליכטענשטיין הי”ו האט זיך אונטערגענומען צו באשטייערן צו יעדע דאלער וואס איר געבט, דריי דאלער- ווידעא

 

 

 

 

יעדער איד וויל האבן א חלק אין א גראנדיעזער זיכוי הרבים, אט האבן מיר די געלעגנהייט

!”מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט אדאנק אייך”

!”דאס ערשטער מאָל אין מיין לעבן וואס איך האב געענדיגט א מסכתא”

!”איך בין געוואויר געווארן אז איך קען אויך לערנען”

!”יעצט זע איך וואס מיינט האבן שלום בית”

!”איך האָב געדולד צו מיינע קינדער – אן אמת’ער נס”

“…אינמיטן שב”ק האָב איך אנגעטראפן א קליפ: “היט שבת! היט שבת!”, זייט דעמאָלט בין איך א שומר שבת”

“…משניות – איך קען שוין נישט אן דעם”

.”איך האב מיך אויסגעלערנט פשוט צו רעדן צום אייבערשטן, אה! איז דאס אַ תענוג, ממש מעין עולם הבא”

.”דאס פשטות, דאס תמימות, די לויטערע אמונה – האט מיר צוריק ליכטיג געמאכט מיין לעבן”

!”אין אייער זכות האב איך אין די אנדערע עק וועלט אנגעהויבן צו דאַווענען אלע 3 תפילות יעדן טאג”

.”איך האב געלייגט א גוטן פילטער אויף מיין סעלעפאון, נאכן הערן אייערע שיעורים”

.”איך האב אויפגעגעבן מיין וואטסאפ אדאנק אייערע קליפס”

!איך האב באקומען א נייע הארץ, מיין הארץ איז דבוק אינעם אייבערשטן

דאס און נאך טויזנטער אזעלכע מעסידזשעס, קומען אן טאג טעגליך צום רעדאקציע טישל פון די ארויסגעבער פון די “שיעורים” און “חיזוק יומי” פון הרב יואל ראטה שליט”א אויף אידיש, און “חיזוק יומי המתורגם” אויף לשון הקודש, ענגליש, ספאניש און פראנצויזיש

צענדליגער טויזנטער מענטשן באקומען יעדן טאג אויף פארשידענע פארמען די “חיזוק יומי” וואס טוישט זייער לעבן צום גוטן, און געבט אריין אין זיי די כח און מאטעוואציע צו לעבן א ערליכע אידישע לעבן בתמימות ובפשיטות

די אויסערגעווענליכע ווייטגרייכנדע חיזוק קליפס ווערן ציטירט פון די וואונדערליכע שיעורים וואס ווערט איבערגעגעבן יעדן איינציגן טאג אין ישיבת “תפארת התורה” וואס געפונט זיך אינעם שטאט וויליאמסבורג, ברוקלין, ניו יארק. וועלכער שטייט אונטער די געניטע פירערשאפט פונעם ראש ישיבה

;הרב יואל ראטה שליט”א

די אייגנארטיגע ישיבה וואס עפענט ברייט אויף אירע טויערן מיט א ווארימע און ליבליך הארץ פאר יעדער בחור וואס באגערט צו זיין אן ערליכער איד; די ישיבה וועלכע ברענגט אריין א ליבשאפט צו אייבערשטן, און א לויטערע ליבשאפט צו די הייליגע תורה

הונדערטער קינדער און יונגע בחורים לערנען פון קליינווייז אן אין די מוסדות פון

הרב יואל ראטה שליט”א

.און ווערן אויפגעצויגן צו דעם שיינעם לעבן וואס מענטשן פון איבער די גאנצע וועלט ווערן טאג טעגליך באוואוסטזוניג דערצו, און ווערן אויפגעראכטן

אין צוגאב צו די אלע דערמאנטע אקטיוויטעטן איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם בנין הישיבה א “בית הדפוס” וואו עס ווערן געדרוקט א יאר איבער א מיליאן ספרים און קונטרסים וואס מען איז מפיץ, כדי אז נאך א איד זאל זוכה זיין צו שפירן די זיסקייט פון אידישקייט און זיין צוגעבינדן צום אייבערשטן

איר ווילט זיכער האבן א חלק אין דעם געוואלדיגן זכות! איר ווילט זיכער האבן די זכות אז נאך א איד זאל באַקומען א חיזוק קליפ! די זכות אויפצולעבן און מחזק זיין נאך א איד! די זכות צו באהעפטן נאך א הארץ צום אייבערשטן! איר ווילט זיכער האבן א טייל אין די געוואלדיגע זכות פון אריינברענגען אַזוי פיל הארץ און ליכטיגקייט אויף דער וועלט!

איר קענט אויך האבן א חלק אינעם מאסיוון פראיעקט וואס באקט אריין אין אידישע קינדער די זיסקייט פון אידישקייט, א ריינע לויטערע אמונה, א שטענדיגע נאנטע קשר מיטן אייבערשטן, און א אומבויגזאמע בטחון אינעם אייבערשטן; די וועג וואס ווייזט פארן יעדן איד די מעגליכקייט אז ער קען אויך לערנען די הייליגע תורה אין יעדע סארט סיטואציע און צייט, לויט די לערנונג פונעם הייליגן

.רבי נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו

מיטן העלפן דעם קאמפיין וועט איר אויך זוכה זיין צו אלע ווארימע ברכות און וואונטשן פון הגאון הגדול, פאר הדור והדרו הגאון הצדיק המקובל רבי יחזקאל ראטה שליט”א גאב”ד מראה יחזקאל, וועלכער איז באוואוסט מיט די גרויסע הערצה וואס ער האט צו די ישיבה “תפארת התורה” בפרט און “מוסדות היכל הקודש” בכלל; וואס ווערט אנגעפירט דורך נכדו חביבו דער ראש ישיבה שליט”א. גאב”ד מראה יחזקאל האט געשריבן א ספעציעלער הארציגער מכתב חיזוק וברכה פאר דעם יעצטיגן “הארץ קאמפיין”, און ווער וויל דען פארפאסן אזא געלעגנהייט צו ווערן געבענטשט מיט געזונט, פרנסה און נחת דורך אזא אדם גדול

!אלזא, יעצט, מאנטאג און דינסטאג חקת האט איר די געלעגענהייט צו האבן א חלק אין דעם געוואלדיגן זיכוי הרבים

יעדער איינער שליסט זיך אן אינעם קאמפיין און איז זוכה צו העלפן מיטן גאנצן הארץ כדי מיר זאלן קענען אנקומען צום ציל פון $500,000 אז די חיזוק אפעראציע זאל קענען ווייטער אנגיין

:דריי פונקטן וואס איר זאלט נעמען אין אכט ביים ביישטייערן צום קאמפיין

יעדע $1 איז ווערד $4; יעדע נדבה ווערט געדאפלט צו פיר

מיר האבן בלויז 36 שעה אנצוקומען צום ציל

.אדער אלעס אדער גארנישט! אויב קומען מיר אן צום ציל, וועלן די מוסדות פון הרב יואל ראטה שליט”א באקומען $500,000, אויב קומען מיר נישט אן צום ציל, וועלן זיי גארנישט באקומען

…מיר טארן נישט פארפאסן דעם געוואלדיגן געלעגנהייט! מיר זענען אלע זוכה צו זיין שותפים מיטן גאנצן הארץ אין דעם פראיעקט, און מיר וועלן צוזאמען דערגרייכן דעם ציל

!א גרויסן דאנק פאר אייער הילף וואס וועט אונז ברענגען צום ציל

א גרויסן דאנק פאר אונזער מנדבים

 

דריקט אויפן לינק זיך צי משתתף זיין

https://www.charidy.com/breslev

<