SHARE
“או. דזשעי. בי. עי.” ביים רודער פון “וחי אחיך עמך” “סיטיווייד עקספאו” פאר קאנסטראקשאן און מענעדזשמענט אראנדזשירט מיט גאר רייכע סעמינארן און מלא חידושים במשך פילע טאג

בס”ד

2 – עדיוקעישאן ענד ליינאפ

 

“או. דזשעי. בי. עי.” ביים רודער פון “וחי אחיך עמך”

“סיטיווייד עקספאו” פאר קאנסטראקשאן און מענעדזשמענט אראנדזשירט מיט גאר רייכע סעמינארן און מלא חידושים במשך פילע טאג

הייבן ביזנעס צו נעקסטע שטאפל – מיטוואך במדבר, מאי 16, מעדאולענדס

 

ניו יארק. – מיט איבעררראשנדע פרייד און שטראלנדע אפטימיזם האט אפגעהילכט די ערשטע אפיציעלע מעלדונג צו פראקלאמירן די “סיטיווייד עקספאו” פאר די קאנסטראקשאן און ריעל עסטעיט מענעדזשמענט אינדוסטריעס אין ניו יארק סיטי און ארומיגער ראיאן.

אראנדזשירט דורך די בארימטע “ארטאדאקסישע אידישע בילדערס פאראיין,” בעסער באקאנט אלס OJBA, איז דער גרויסער צוזאמקום באשטימט אויף קומענדיגן מיטוואך פרשת במדבר, ולמספרם מאי דער 16’טער, ספעציעל געווידמעט פאר די פילע טויזנטער היימישע עקזעקיוטיווען אין די אינדוסטריעס פון קאנסטראקשען און ריעל עסטעיט.

פון טאג צו טאג וואקסט די אינטערעסע ביי ביזנעס אייגענטומער און הויפט מענעדזשערס צו רעזערווירן א פלאץ ביים עקספאו, וויסנדיג אז א טאג ארויס פון אפיס און אריין צווישן די גרעסטע “אין די ליין” איז ווי אקסידזשען פאר’ן עקזיסטענץ און וואוקס פון די ביזנעס.

*

יעדער וויל קומען

די הערליכע פירות וואס קומען ארויס פון זיך טרעפן פערזענליך מיט די אינדוסטריע וואו מ’ארבייט, אויף א פלאץ וואו מען הערט אלע וויכטיגע אינדוסטריע אינפארמאציע, טוען איבערראשן די קלענסטע און גרעסטער ביזנעסער צוגלייך, מידי יום ביומו.

“אפילו עס זאל נאר באשטיין פון ארויסגיין נעמען פרישע לופט אויף איין טאג, איז עס אויך כדאי,” זאגט דער גרינדער און אנפירער פון “או. דזשעי. בי. עי.” וואס שטייט אין שפיץ פונעם “עקספאו” פראיעקט, מו”ה אלימלך וועבער הי”ו. “אבער היסטאריע צייגט אז אזעלכע קאנפערענצן ברענגען די וויכטיגסטע אינפארמאציע, די שטארקסטע נאמען און די בעסטע קליענטן, אויף באלד און אויפ’ן לענגערן טערמין.”

אזעלכע באגריפן זענען די פוטער-ברויט פון יעדע ביזנעס, אבער ספעציעל איז דאס אזוי ביי קאנסטראקשאן, פראפערטי מענעדזשמענט, און אלע ארומיגע ריעל עסטעיט ביזנעס ליניעס, וואס זענען ב”ה היינט צו טאגס אזוי פארברייטערט און קאמפליצירט, אז מען האט נישט קיין צייט צו די קלענסטע זאך וואס איז וויכטיג פאר די ביזנעס אבער נישט רוטין יעדן טאג אין אפיס.

נו, וואס וועט זיין מיט די לעצטיגע קאוד טוישונגען, פאטענטן אין פראדוקציע, שנעלערע פראצעדורן, נייע דעוועלאפמענטס, געבן א שמייכלדיגע האנט פאר’ן בעסטן קאסטומער דעם קווארטאל, צי גאר אויסהערן א ווארקשאפ וואס קען איינשפארן לאיערס קאסטן פון דרייסיג אלפים יערליך?

“מאנכע מענטשן מיינען אז ווי איידער שטיין פארלוירן און טיילן ביזנעס קארטלעך, זאל מען שוין ליבערשט ארבייטן אין אפיס און ערלעדיגן עפעס,” זאגט ער, “אבער ביי אזא קאליבער עקספאו שטייט מען נישט פארלוירן און מ’טיילט נישט נאר ביזנעס קארטלעך. אדרבה, מען איז העכסט אקטיוו פאר די יעצטיגע קליענטן און ווענדארס, מען טרעפט נייע סופלייערס און קאסטומערס, מען הערט מלא חידושים, און מען לאזט הערן די גאנצע אינדוסטריע קליפ און קלאר אז מיר זענען דא, אבער שוין איינמאל דא!”

 

*

הערן פרישע יסודות

א גרויסער סוחר אין היימישן ריעל עסטעיט מארקעט האט לעצטנס, אויף די פראגע ווען מ’דארף שוין נישט קיין ביזנעס טרענירונגען, געענטפערט, אין א פראמינענטע אינטערוויו, “מען הערט קיינמאל נישט אויף.” ספעציעל איז אזוי ביי ריעל עסטעיט, קאנסטראקשען, און ארומיגע ביזנעס קאטעגאריעס, וואו יעדן טאג איז דא נייעס, און אויב מען איז א שטיק צייט “אינדרויסן,” איז מען שוין א טריט ריקווערטס.

ביי גרויסע ביזנעסער, אפילו די גרעסטע אין סיי וועלכע אינדוסטריע, אויב זיי ווערן געפירט אויף א פראפעסיאנאלע פאראנטווארטליכע וועג, זעהט מען טאקע אז אלע שטאפלען ארבייטער, פון קעשיער אנהויבער ביז באורד פרעזידענט, גייען יעדע אפטע צייט אויף נאך א טרענירונג/סעמינאר. אויף סיי וועלכע וועג אדער פלאץ עס ווערט נאר אראנדזשירט, איז די אונטערשטע שורה אז מען דארף עס מיטהאלטן צו קענען מיטהאלטן די שוואונג פון אייגענעם ביזנעס בדרך המלך.

ביי די יעצטיגע “סיטיווייד עקספאו” ווערט די מהלך גענומען אויפ’ן העכסטן שטאפל, דורך אראנדזשירן א סעריע פון רעדעס און ווארקשאפס אויף די סאמע וויכטיגסטע טעמעס וואס די באטייליגטע ביזנעס עקזעקיוטיווען באגעגענען אין זייער אפיס יעדן טאג.

*

וואקסן, בויען, באפעסטיגן

 

די סעריע רעדעס און ווארקשאפס ביי “סיטיווייד עקספאו” איז דעריבער געווארן אהערגעשטעלט מיט גאר אסאך באגלייטונג פון די גרעסטע פירמעס אין די אינדוסטריעס, צו ברענגען רעדנערס וועמען זיי ווילן הערן, צו אדרעסירן טעמעס וואס זיי האלטן קריטיש וויכטיג, צו אינפארמירן די לעצטיגע אנטוויקלונגען אין די הויפט ליניעס פון זייער ביזנעס.

בכלל איז דער “סדר היום” געווארן אראנדזשירט העכסט פראפעסיאנאל, מיט א צייטליכע סיסטעם, אנגעהויבן פון גאנץ פרי ביז שפעט פארנאכטס, אז יעדער זאל קענען האבן די ישוב הדעת פאר זיין געברויך ביים עקספאו מיט גענוג צייט פונעם טאג, סיי אין געביט פון מיטהאלטן די רייכע וויכטיגע אויפטריטן לויט די אייגענע ביזנעס געברויך, און סיי אין געביט פון זיין “אויפ’ן פלאר” און האנדלען-וואנדלען מיט סוחרים פון גאנצן ניו יארק ראיאן.

צווישן די סעסיעס וואס זענען שוין גרייט געמאלדן צו ווערן בס”ד, זענען אויפטריטן אויף “קלארקייט פון ביזנעס וואוקס,” “נייע פונדאמענטן אין עלעקטריקל אינדזשענירונג,” דער באדייט פון “ריעל עסטעיט דיו דילידזשענס,” און “אינשורענס און לייעביליטי: וואס דארף איך און וואס האב איך.”

לויט ווי מ’גיט איבער פון “או. דזשעי. בי. עי.,” ווערן נאך אויסגעארבייט ווייניגסטנס דאפלט אזויפיל טעמעס, צו פארזיכערן אז יעדע מינוט וואס באטייליגטע זענען נישט אויפ’ן פלאר אין מסחר, האבן זיי א רייכע אויסוואל פון אינפארמאטיווע סעסיעס צו קענען בעסער בויען, וואקסן און באפעסטיגן זייער ספעציפישע ביזנעס. מער פרטים דערויף אי”ה קומענדיגע וואך.

געדענקט, פאר די OJBA ביזנעס טו ביזנעס עקספאו פאר די קאנסטראקשען און מענעדזשמענט אינדוסטריעס פון ניו יארק סיטי און ארום, רופט רופט 845-763-0003, אדער אימעיל info@ojbanewyork.com.

מיטוואך במדבר, אנגעהויבן פון 8:30 צופרי. איר זענט גרייט? פרטים יבואו

<