SHARE
ווארעמע קאווע- אין חדר יעקב אבינו באתרא קדישא מירון

ב”ה

“ר’ שמעונ’ס כולל” אין מירון

“כולל חצות אין מירון” וואס לערנען א גאנץ יאר ביים ציון הקדוש גרייטן זיך צו פראווען ל”ג בעומר ביים תנא האלוקי רבן שמעון בר יוחאי מיט תפילות פאר כלל ישראל

“ר’ שמעונ’ס כולל – כולל חצות” וואו די תלמידי חכמים לערנען יעדן איינציגע נאכט ביים ציון הקדוש | מען גרייט זיך אויפצונעמען די פילע געסט פון איבער די גאנצע וועלט וואס קומען צו פארן קיין מירון | א גלענצנדע געלעגנהייט מיטצוהאלטן די לימוד התורה ביי חצות הלילה | דער איינציגסטער לימוד התורה צענטער אין מירון ביום ל”ג בעומר | אויסשליסליך: כולל חצות פראקלאמירט היי יאר ח”י רוטל קאווע | הויפנס פון ישועות און רפואות זענען אויסגע’פועל’ט געווארן אין די פארגאנגענע יארן | פילע געסט פון איבער די גאנצע וועלט ערווארטעט | דער כולל וועט זיין פלאצירט אויפן דרך מהדרין

כלל ישראל אומעטום גרייטן זיך אצינד צום הייליגן טאג ל”ג בעומר, די יומא דהילולא פון התנא האלוקי רבן שמעון בר יוחאי, דער הייליגער טאג וואס פועל’ט ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל. בלויז מיטן ארויסזאגן די ווערטער “ל”ג בעומר” “רבי שמעון” צינדן זיך באלד אן פונקן פייער אין יעדע אידיש הארץ. יעדער פילט אויף דעם הייליגן פלאץ “אין זה כי אם בית אלוקים וזה שער השמים”, ביי אט דעם פלאץ זענען די טויערן פון הימל ברייט אפן וואו מ’איז מקבל אלע תפילות פון אידישע קינדער.

“רבי שמעון לכל” – דער הייליגער תנא רבי שמעון איז דא פאר יעדן איינציגן איד “באשר הוא שם”, נישט קיין חילוק אין וועלכע מדריגה ער שטייט, און נישט קיין חילוק וואס זיין בקשה איז. “הוא ימליץ טוב בעדינו”, דער תנא אלוקי איז מליץ טוב אויף אלעמען, און ברענגט השפעות טובות פאר אלע וואס בעטן ביי אים.

“כולל חצות – מירון” איז שוין ברייט-באקאנט אלץ “ר’ שמעונ’ס כולל”, א מבצר קדוש לתורה ולתפילה ביים הייליגן ציון פון רבן שמעון בר יוחאי, וואו נאכט נאך נאכט נעמען זיך צוזאם א קבוצה פון דערהויבענע תלמידי חכמים יראי ה’, און הארעווען בהתמדה רבה אין די הייליגע שעות פון נאך חצות הלילה. און נאכ’ן לערנען איז מען פערזענליך מתפלל פאר אלע תומכים לישועה ולהצלחה.

לא בכדי האט כולל חצות פארדינט דעם נאמען “ר’ שמעונ’ס כולל”, וויבאלד דער הייליגע תנא רבי שמעון רעדט כסדר פון די גרויסקייט און הייליגקייט פון די לויטערע שעות פון נאך חצות הלילה. – דעריבער קען מען זיך פארשטעלן די גרויסקייט פון לימוד התורה אין אט די הייליגע צייט, טאקע ביים הייליגן פלאץ, באתרא דמר ביים ציון הקדוש פון רבי שמעון גופא.

ווי כלל ישראל איז שוין באקאנט, איז א כסדר’דיגע זאך אז אידן זעען אפענע ישועות שלא כדרך הטבע, דורכן נעמען א שותפות מיט רבי שמעון, מיט פרנסה, זרע של קיימא, רפואה, נחת פון די קינדער, און אין וועלכע נושא עס זאל נאר זיין.

אויב א גאנץ יאר איז אזוי גרויס די הייליגע סגולה פון חצות הלילה ביים ציון פון רבי שמעון, קען מען זיך שוין פארשטעלן די גרויסע כח פון חצות הלילה ביי רבי שמעון בר יוחאי בעצם יום “ל”ג בעומר”, די הילולא קדישא פון התנא האלוקי, וואס דער כח איז דאן פילפאכיג גרעסער. – עס איז זיכער אז די קביעות’דיגע “רבי שמעונ’ס תלמידי חכמים” וואס זענען עוסק בתורה מידי לילה ביים ציון הקדוש זענען די ריכטיגע שליחי ציבור מתפלל צו זיין פאר כלל ישראל לכל מילי דמיטב.

וויבאלד ל”ג בעומר קען מען נישט לערנען ביי די מערה צוליב די הידערטער טויזענטער מתפללים, דעריבער דינגט די הנהלת הכולל אפ יעדע יאר א ביהמ”ד אויף די דרך מהדרין אז די בני הכולל זאלן קענען לערנען אן קיין שטער, אין די יעצטיגע מינוטן ווערן געמאכט די לעצטע צוגרייטונגען דורך הנהלת הכולל אין מירון, צוצוגרייטן און אהערצושטעלן אויפן שענסטן פארנעם דעם ספעציעלן ל”ג בעומר בית המדרש וואו די תלמידי חכמים וועלן עוסק זיין בתורה ועבודה אין די הייליגע שעות פון חצות הלילה ביום הקדוש ל”ג בעומר, און איינרייסן וועלטן מיטן כח פון התנא האלוקי, און פועל’ן ישועות ורפואות פאר כלל ישראל. – דער כולל וועט זיין פלאצירט אויפן דרך מהדרין.

ווי אלע יארן ווערט דאס יאר אויך ערווארטעט פילע געסט פון איבער די גאנצע וועלט, צווישן זיי “חצות שותפים”, וואס וועלן מיטהאלטן פונדערנאנט דערהויבענע מאמענטן פון לימוד התורה בעת רחמים ורצון, וואס דאס איז לכאורה דער איינציגסטער לימוד התורה צענטער ביום ל”ג בעומר אין מירון.

כלל ישראל איבער די וועלט דרוקן אויס זייער אינטערעסע ארויפצוגיין אויפן הזכרה ליסטע פון די תלמידי חכמים אין די הייליגע שעות ביום ל”ג בעומר. – צווישן די אריינרופער זענען אויך געווען פילע וואס האבן איבערגעגעבן ערשט-האנטיגע ישועות וואס זיי האבן געזען פארגאנגענעם יאר ביום ל”ג בעומר דורך “כולל חצות”.

“תורתו מגן לנו”, היא מאירת עינינו, הוא ימליץ טוב בעדינו, אדונינו בר יוחאי.

טעקסט באקס

ח”י רוטל:

לכבוד ל״ג בעומר טוט כולל חצות צושטעלן די אור-אלטע סגולה פון ח”י רוטל

 

גאר באקאנט און שטארק אויפגענומען איז די הייליגע סגולה פון ח”י רוטל, וואס יסודתה בהררי קודש, און אידן האבן אלע יארן געזען מיט דעם סגולה וואונדערליכע ישועות און הצלחות. די ספר ‘טעמי המנהגים’ (עניני הילולא דרשב”י, עמוד רסג) ברענגט צו א בריוו וואס הרה”ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי”ע הי”ד האט געשריבן צו הרה”ח ר’ יעקב ישראל שמרלער אין יאר תרע”ב: “נדרשתי מאחד מאנ”ש יחיה בענין נשגב היות ששמע מפי אנשי אה”ק ת”ו שקבלה בידם סגולה לחשוכי בנים רח”ל לנדב ח”י ראטל משקה ביומא דהילולא על ציון התנא האלוקי רשב”י זי”ע ועכ”י, לכן בחרתי בו לעשותו שליח מצוה להזכיר לטובה את הזוג מאיר בן חיה לאה עם זוגתו שרה בת שינדל שיפקוד ה’ יתברך אותם בזרע של קיימא במהרה בלי שום מכשול ונזק, וינדב עבורם ח”י ראטל משקה כנהוג, וכאשר יעזור ה’ יתברך ויפקדם בישועה במהרה מוכנים המה לשלם נדבת לבם בשמחה, ובזה הנני מברכו וכו’…”

אין לך אלא חידושו: כולל חצות וועט היי יאר צושטעלן ווארעמע קאווע פאר די אלע וואס קומען זיך מסתופף זיין בצילא דמהימנותא, זיך משתטח זיין ביים הייליגן ציון. די קאווע וועט געטיילט ווערן הארט נעבן די בנין וואס איז ספעציעל אפגעדינגען געווארן לכבוד ל”ג בעומר אז די כולל אינגעלייט זאלן האבן וואו צו לערנען ביום הקדוש ל”ג בעומר, צוליב דעם וואס די ‘חדר יעקב אבינו’ וואס געפונט זיך אין די מערה ווערט גענוצט דורך די טויזנטער מתפללים וואס קומען זיך משתטח זיין ביים הייליגן ציון.

וואס עפעס קאווע? קאווע מיט כולל חצות האבן שוין איינמאל א שייכות. קאווע איז אן אינטעגראלע חלק פונעם כולל חצות א גאנץ יאר. ווי באקאנט פארמאגט קאווע אייגנשאפטן צו אויפוועקן א מענטש און אוועקנעמען מידקייט דורך איר קאפעין וואס זי פארמאגט; אז מ’רעדט דא פון כולל חצות וואס אירע אינגעלייט זיצן טאקע און לערנען יעדן נאכט אין די נאכט שעה’ן, קומט טאקע די קאווע סימבאלירן אט די סארט לימוד התורה הנלמד בלילה.

ווען איר קויפט א זכות פון ח”י רוטל קאווע פון כולל חצות קויפט איר זיך איין א דאפלטע זכות; די זכות פון ח”י רוטל וואס ברענגט רפואות און ישועות ביום הגדול והנשגב אינאיינעם מיט די געוואלדיגע זכיה פון שטיצן תורה הנלמד בחצות הלילה יעדן נאכט דורך די דערהויבענע כולל אינגעלייט פון די גאנצע וועלט און טאקע אויך די תורה וואס ווערט געלערנט יעדן נאכט בחצות הלילה אין ‘חדר יעקב אבינו’ וואס געפונט זיך ממש סמוך ונראה אינעם הייליגן מערה פון התנא האלקי רבי שמעון.

טראכט: קאווע. טראכט: כולל חצות. ספאנסער: ח”י ראטל

 

<