SHARE
?וואס איז שבת קרבתנו

מיר לעבן היינט אין שווערער וועלט. יעדער מענטש טראגט אויף זיך א ריזיגן לאסט פון פאראנטווארטליכקייטן, וואס רויבן צו די מנוחה און לאזן נישט איבער קיין צייט צו אטעמען. דערצו ווערן מיר נאך פארשעמט מיט א פלייץ פון אינפארמאציע און זאכן וואס צעשטערן דעם פאקוס און שלעפט נאכאנאנד אוועק אונזער אויפמערקזאמקייט אין אלע ריכטונגען.

מענטשן זענען פארלוירן און פארצווייפלט און דרייען זיך ארום פארקלעמט און פארווייטאגט. אנגסט און אומרואיגקייט זענען אפטע געסט אין רוב פון אונזערע הערצער, און יעדער צווייטער מענטש פילט ווי ער וואלט געווען פארכאפט אין א געדעכטן, גרויען נעפל, וואס ציט זיך ווייטער ווי דאס אויג קען זען.

אפטמאל פילן מיר, אז מיר ווייסן נישט וואס צו טאן און וואוהין זיך צו ווענדן. וואס וויל מען פון מיר? וואס דארף איך טאן? וויאזוי גיב איך זיך אן עצה? וויאזוי איז מעגליך צו זיין א מענטש און א איד, א טאטע און א מאן, ווען מען האט נישט קיין כח דורכצוטראגן דעם טאג מיט אלע שוועריגקייטן און קאמפליקאציעס וואס ער ברענגט מיט זיך?

‘קרבתנו’ איז געקומען אדרעסירן אט דעם ציבור פון אונזער דור, מיט זיינע אייגנארטיגע, ספעציפישע שוועריגקייטן און פאראנטווארטליכקייטן. ‘קרבתנו’ איז געווידמעט נאענטער צו ברענגען אידן צום אויבערשטן, צו זייערע משפחות, פריינט און באקאנטע, און בכלל צוזאמברענגען אידן מיט זיינע שכנים און בני הקהילה.

דער ערשטער ‘שבת קרבתנו’ איז אפגעהאלטן געווארן אין 15′. יענער שבת איז געווען אזא קאלאסאלער סוקסעס, אז די ריזיגע נאכפראגע וואס איז געקומען האט געפירט צו נאך צוויי אזעלכע שבתים אינעם זעלבן יאר!

אויפ’ן רייכן, עלעגאנטן שבת קומען צופארן די אויסגערופנסטע בעלי דרשנים און פערזענליכקייטן פון איבער דער גאנצער וועלט, און די באטייליגער באקומען די זעלטענע געלעגנהייט צו הערן פון זעלטענע עקספערטן עצות און הדרכה איבער א ריי טעמעס — אמונה און עבודת השם, שלום בית און חינוך — וואס זענען שטארק נוגע פאר איד פון אונזער דור.

די שבת איז געאייגענט פאר קאפלס אין עס וועט זיין אויסגעשטעלט אויפ’ן העכסטן סטאנדארט פון צניעות.

דער שבת דינט גלייכצייטיג אלס געשמאקע וואקאציע, וואס ווערט פארברענגט אויפ’ן שענסטן און רייכסטן אופן וואס נאר שייך.

‘שבת קרבתנו’ איז אן איבערלעבעניש אין וועלכער ס’לוינט זיך טיילצונעמען!

                                           

<