SHARE
“קערעסטירער הכנסת אורחים” פיבערט מיטן פולסטן שוואונג אויפצונעמען טויזענטער אידן מכל קצוי תבל צום יומא דהילולא קדישא מיטוואך תזו”מ ג’ אייר, ביים “ציון המצויינת” און במחיצת קדשו פון “ר’ ישעי’לעס הויז”

אשרי תבחר ותקרב ישכון חצריך

“קערעסטירער הכנסת אורחים” פיבערט מיטן פולסטן שוואונג אויפצונעמען טויזענטער אידן מכל קצוי תבל צום יומא דהילולא קדישא מיטוואך תזו”מ ג’ אייר, ביים “ציון המצויינת” און במחיצת קדשו פון “ר’ ישעי’לעס הויז”

שטאב פון עסקנים פון ניו יארק און אייראפע ארבעטן רונדע דעם זייגער אהערצושטעלן רבי  ישעי’לעס הייליגע הויז און אלע פליגלען פונעם קערעסטירער הויף צו אקאמאדירן דעם פלייץ פונעם ציבור הגדול וואס וואקסט פון יאר צו יאר בליעה”ר – פילפאכיגע עבודת הקודש ערווארטערט אינעם “קערעסטירער קאך” אין די געציילטע טעג נאך יו”ט פסח אנצוגרייטן די גרויסארטיגע סעודות הילולא, מידי דטעימה ערב ובוקר וצהרים, צידה לדרך, אא”וו “לשובע ולא לרזון”

 

ומי יש”ע ישאבון: צענטראלע סעודת הילולא וועט געפראוועט ווערן בהתרוממות עילאה דינסטאג אווענט בכניסת היום תיכף נאך מעריב אינעם “היכל הגדול” אינעם קערעסטירער הויף בראשות הגאוה”צ שליט”א נכדי בעל הילולא מיט די באטייליגונג פון א גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה

ויברכוני בבואם לביתי ביום קדשינו: הייליגע “קוויטל שטוב” און אלע צימערן אין רבי ישעי’לעס הייליגע הויז ווערט צוגעגרייט פאר די כסדר’דיגע מנינים פאר שחרית מנחה מעריב רונדע דעם זייגער, מיט א געניטע סדר המנינים יעדע פאר מינוט

תביאמו ותטעמו בהר נחלתך: שפאנענדע התרגשות דקדושה ביי אלפי ישראל בכל מקומות מושבותיהם מיטצולעבן די יומא דהילולא ביים ציון המצויינת אויסצופועל’ן ישועות און רפואות פאר צרכי אחב”י המרובים

 

– בואו שעריו בתודה: –

ערווארטערטע שטראם פון פילע טויזענטער געסט מכל קצוי תבל יחד שבטי ישראל בליעה”ר וועט ארויסברענגען דעם “גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן” און וועלן בעז”ה אהיימגיין מיט מלא חפני טיבותא, האבנדיג אויסגעפועל’ט ישועות ורפואות בזכותו הגדול והקדוש פונעם בעל הילולא זי”ע – פלייץ פון אורחים וועט אנהאלטן אין לויף פון די גאנצע וואך פון די יארצייט רונדע דעם זייגער אלס א יומא דהילולא אריכתא – עסקנים הדגולים וועלן אויפנעמען יעדן פערזענליך מיט אפענע ארעמעס און צושטעלן מכל טוב וטוב פון די אלע שפרודלטע פעולות החסד אין רבי ישעי’לעס הויף – קענטיגע התרוממות און השתוקקות דקדושה וואקסט ביי אלפי ישראל בכל מקומות מושבותיהם מיטצולעבן די יומא דהילולא קדישא באתרא דמר ביומא דהילולא – קערעסטירער הויף וועט פארוואנדלט ווערן אין א מעין קיבוץ גליות פון חסידים ואנשי מעשה ובתוכם הונדערטער אייניקלעך ובראשות הרבנים הגאוה”צ שליט”א נכדי הבעל הילולא זי”ע – נשבעה מטוב ביתך!

– ומי יש”ע ישאבון: –

אין די יעצטיגע פארנומענע ערב פסח טוען די געטרייע עוסקים בעבודת הקודש פון “הכנסת אורחים קערעסטיר” פיבערן מיט די מאסיווע הכנות אהערצושטעלן די הייליגע “קערעסטירער הויף” מיטן ריכטיגן דערהער צו אקאמאדירן די טויזנטער געסט – אלע דעטאלן מקטן ועד גדול ווערט צייטליך פארזארגט און פאראויס באשטעלט להנאת הציבור –  די הייליגע קוויטל שטוב און אלע צימערן אין רבי ישעי’לעס הייליגע הויז ווערט צוגערישט פאר די פילע מנינים שחרית מנחה מעריב ווי אלפי ישראל וועלן האבן די זכי’ שופך שיח צו זיין אין דעם מקום קדוש באתרא דמר וואס איז א מקום מקור הישועו”ת בימים ההם ובזמן הזה – געניטע “סדר המנינים” וועט לויפן יעדע פאר מינוט רונדע דעם זייגער אונטער די פירערשאפט פון א ספעציעלער ממונה אויפן פלאץ – די הייליגע הויז ווערט אויסשטאטירט מיט אלע צרכי בית מקדש מעט סידורים תהלים, פראקטישע טישן און בענק – הרחבת גבולי הטהרה: מקוה המפוארה אינעם קערעסטירער הויף הערליך פארברייטערט געווארן להנאת הציבור להטהר ולהתקדש לכבוד ההילולא קדישא – פיינע ווארימע מקוה מיט שויער’ס, פרישע האנטוכער אא”וו וועט שטיין גרייט צום באנוץ פארן ברייטן ציבור – פאסיגע שילדן און ברוכים הבאים אויפשריפטן ווערן אויפגעהאנגען בחוצות העיר צו באגריסן דעם ציבור צו פועל’ן אלעס גוט’ס – אלע דעטאלן ווערט פארזארגט דורך “הכנסת אורחים קערעסטיר”, סעקיוריטי באאמטע, גענוג בתי כבוד, סינקס, פארקינג ערטער, גליונות און קונטרסים, אא”וו – קול רנה וישוע”ה באהלי צדיקים!

– ובכן ויוש”ע ד’ ביום ההוא: –

די געטרייע עוסקים בעבודת הקודש פון “הכנסת אורחים קערעסטיר” לייגן אראפ עבודה גדולה אהערצושטעלן די שטח ביים ציון הק’ אויפצונעמען דעם ציבור הגדול במשך די ימי ההילולא – פרעכטיגע רחבות’דיגע און ליכטיגע אוהל הק’ אריינגערעכט די חדר הכהנים און עזרת נשים, פראיעקט פון “הכנסת אורחים קערעסטיר” ווערט צוגערישט כראוי וכיאות מיט תהלימ’לעך, קוויטל פאפיר – אוהל הק’ וואס איז כסדר איבערגעפולט מיט די אלפי המשתטחים וואס זענען מתפלל בדמעות שליש בוקע רקיעים פאר צרכי עמך בית ישראל המרובים וועט אויסשטאטירט ווערן א שטארקע עירקאנדישן סיסטעם צו קענען מתפלל זיין מיט הרחבת הדעת  – דעגניזירטע ארט פאר “עזרת נשים” מיט ספעציעלע אפגעטיילטע מחיצות ביז אינדרויסן פון ביה”ח לשמור על גדרי הצניעות – נייע סדר צו נוצן באזונדערע אריינגאנג אריינצוגיין אין אוהל הק’ און באזונדערע ארויסגאנג נעבן דעם ציון המצויינת וועט טיילווייז לינדערן דעם שווערן געדרענג ביים ציון הק’ – גרויסע שאטער געווידמעט צו צינדן ליכט און לערנען משניות ווערט אויפגעשטעלט אינדרויסן פון אוהל – גענוג בתי כבוד און סינקס ווערט אויפגעשטעלט אויפן ארט – ספעציעלע שאטעל’ס וואס וועלן פירן דעם ציבור פונעם הייליגן הויז צום ציון הק’ און צוריק יעדע פאר מינוט וועט לינדערן דעם שווערן פארקער וואס פלעגט געשאפן ווערן דורך פריוואטע קארס ביים פארן אויפן שמאלן וועג ארויף צו ציון הק’ – באזונדערע גרויסע שאטער’ס פאר תפלת מנחה און מעריב – פרישע קאווע, משקאות, מזונות און תיקון להחיות נפש כל חי – ספעציעלע אינפארמאציע צענטער פאר אלע געברויכן לטובת הציבור הגדול – ועלו מושיעים להר ציון!

– ירוון מדשן ביתך: –

“הכנסת אורחים קערעסטיר” שע”י נכדי רבי ישעי’לע זי”ע וועט אנגעהויבן פון אסרו חג פסח אפערירן רונדע-דעם-זייגער צוצושטעלן די היימישע געשמאקע מאכלים “לשובע ולא לרזון” להחיות עם רב, אלעס אפגעקאכט אינעם קערעסטירער קאך אויפן זעלבן ארט וואו עס איז געווען גילוי אליהו ביי רבי ישעי’לעס אויוון להשפיע טובך לבריותיך – העפטיגע אינטערווענץ צוצושטעלן די ריזיגע קוואנטום פון פראדוקטן אלעס געמאכט אין די געציילט טעג נאך פסח, אלעס בהשגחה מעולה ביים ליפערן די פראדוקטן און אינעם קאך צוגלייך – טויזענטער חלות און בילקעס, רייכע מאלצייטן פאר פרישטאג מיטאג און נאכטמאל צוגעשטעלט אויף א מוסטערהאפיגע פארנעם – אלע מאכלים מהחל ועד כלה, אנגעהויבן פון די רייכע סעודות הילולא, טעימה מזונות און קאווע, צידה לדרך פעקלעך, וועט ברייטהארציג צוגעשטעלט ווערן אין רבי ישעי’לעס קאך – די טויזענטער געסט וועלן זיך אי”ה דערקוויקן דערכאפן דאס הארץ פון טלטולי דרכים מיט די רייכע אויסוואל פון געשמאקע מאכלים “נוסח קערעסטיר” להשביע נפש שוקקה אלעס מיטן היימישן טעם און געשמאק – ואכלתם אכול ושבוע והללתם את שם ה’!

– ובהיכלו כולו אומר כבוד: –

גיגאנטישער “היכל הגדול” רחבת ידים ווערט אויפגעשטעלט אונטער דעם הייליגן הויז, אויפן זעלבן ארט וואו עס איז געשטאנען רבי ישעי’לעס סוכה, פארן באנוץ פון די גייסטרייכע סעודות הילולא און פת שחרית אא”וו דורך אלפי ישראל וואס וועט געפראוועט ווערן כסדר דורכאויס דעם גאנצן מעת – צענטראלע סעודת הילולא בראשות הרבנים הגאוה”צ שליט”א נכדי רבי ישעי’לע זי”ע וועט געפראוועט ווערן במקהלות עם רב דינסטאג אווענט נאך מעריב תיכף בכניסת היום וואו הרבנים הגאוה”צ שליט”א וועלן משמיע זיין דרשות נלהבות בגודל קדושת היום – מערערע סינקס פאר נטילת ידים אויפגעשטעלט אויפן ארט – פראקטישע אויסשטעל פאר די צענטראלע סעודת הילולא צו אקאמאדירן דעם ציבור וואס וועלן מיטלעבן די געהויבענע מאמענטן באתרא דמר – באזונדערע אויסשטעל פאר די קלענערע סעודות הילולא אין לויף פונעם מעת לעת, מיט איינגעטיילטע סעקשאנס געאייגנט פאר שיירות צו זיצן אינאיינעם בשבת אחים – הערליכער איינפיר דאס יאר מיטן אפרעכטן א סעודת הילולא “יעדע שעה” אין לויף פונעם מעת לעת מיט באזונדערע רעדנער’ס וואס וועלן ביי יעדע סעודה אויפטרעטן מיט גייסטרייכע דרשות במשנתו פונעם בעל הילולא זי”ע – משולחן גבוה קא זכו!

 

די קומענדיגע פיר נייעס’לעך זאל מען מאכן אין באזונדערע באקסלעך מער מצב’דיג- ווייל דאס איז חדשות דאס יאר

– בואו שעריו בתור”ה: –

רחבות’דיגע היכל התורה ספעציעל צוגעשטעלט צו קענען עוסק זיין בתורה מיט הרחבת הדעת

אלס א פרישע דערגרייכונג אהערצושטעלן דעם הייליגן קערעסטירער הויף מיט אלע איינריכטונגען לטובת הציבור צו קענען אפצורעכטן די יומא דהילולא רבה באתרא דמר מיט די ריכטיגע התרוממות דקדושה, ווערט היי-יאר ספעציעל אויפגעשטעלט לרגל די יארצייט א באזונדערע רחבות’דיגע ווינקל אינעם בנין הכנסת אורחים אלס אן “היכל התורה” וואס וועט זיין מוקדש בלויז פאר “לימוד התורה” במשך דעם גאנצן טאג.

דער “היכל התורה” וועט זיין צוגעשטעלט מיט טישן און בענקלעך און אלע הצטרכות’ער, ווי פילע אידן וועלן אצינד האבן די מעגליכקייט זיך אוועקצוזעצן אין א רואיג ארט און עוסק זיין בתורה בהתמדה רבה, וואס וועט געוויס זיין די גרעסטע נחת רוח פארן בעל הילולא זי”ע, אז אידן קומען זיך צוזאם תחת קורת גג אחד און זיצן און לערנען ברוב עם הדרת מלך לעילוי נשמתו הטהורה מיטן ריכטיגן דערהער.

– תהא השע”ה הזאת שעת רחמים: –

גייסטרייכע “סעודות הילולא” וועט אפגעראכטן ווערן ברוב עם “יעדע שעה” אין לויף פונעם גאנצן מעת לעת פונעם יומא דהילולא

מיט פרייד ווערט געמאלדן, אז לרגל די בעפארשטייענדע יומא דהילולא אינעם קערעסטירער הויף, וועט היי-יאר צום ערשטן מאל דורכגעפירט ווערן דעם נייעם סדר אפצורעכטן ברבים אינעם גרויסן “היכל הגדול” א גרויסארטיגע סעודת הילולא וואס וועט פריש געפראוועט ווערן “יעדע שעה” אין לויף פונעם מעת לעת פונעם יומא דהילולא, ספעציעל געאייגנגט פאר די פריש אנגעקומענע אורחים וואס ערשיינען אין קערעסטיר יעדע וויילע רונדע דעם זייגער, וואס אזוי ארום וועלן די פרישע אורחים זיך אינאיינעם אנשעפן מיט קורת רוח און התרוממות דקדושה ביים פארברענגען אינאיינעם בשבת אחים גם יחד אויף אן אפעציעלן פארנעם.

כדי צוצוגעבן צום געהויבנקייט און גלאנץ פון די כסדר’דיגע סעודות הילולא יעדע שעה, וועט ביי יעדע סעודה אויפטרעטן א חשוב’ער בעל דרשן וועלכער וועט משמיע זיין מאוצרו הטוב סיפורי קודש און פאסיגע מאמרים בגודל קדושת היום, ווי אלע משתתפים וועלן זיך דערביי אנקוועלן פון די הערליכע מאמענטן מיטן ריכטיגן דערהער.

 

– מנשים באוהל תבורך: –

סעודת הילולא מיט גייסטרייכע דרשות ספעציעל צוגעשטעלט לטובת די נשים צדקניות אין באזונדערע רחבות’דיגע שאטער

לרגל די יומא דהילולא היי יאר, ווערט פארלייגט ספעציעלע כוחות צו אקאמאדירן דעם וואקסנדן ציבור פון יאר צו יאר, וואס אין די פריערדיגע יארן ווען אלעס איז נאך געווען אויף א קלענערע פארנעם האט די הייליגע הויז זעלבסט אלעס פארקערפערט אין זיך, ווי אלע פעולות הקודש איז געווען קאנצעטרירט בלויז אויף איין ארט, אבער אצינד טוט מען מדי שנה בשנה זיך אלס מער אויסשפרייטן און אויפשטעלן נאך און נאך פרישע אפטיילונגען איבער די גאנצע הייליגע קערעסטירער הויף צו קענען נאכקומען דעם ריזן פארקער בליה”ר.

באזונדער האט זיך ארויסגעשטעלט דאס נחיצות אהערצושטעלן א מקום מיוחד פאר די עזרת נשים, כדי די נשים צדקניות וואס קומען צו פארן מתפלל זיין ביים יומא דהילולא זאלן האבן א רחבות’דיגע און בכבוד’דיגע ארט פאר די סעודות וכדומה, וואס דערפאר טוט מען היי יאר צום ערשטן מאל אויפשטעלן א רחבות’דיגע שאטער און אנדערע הצטרכות’ן, געווידמעט בלויז פאר די עזרת נשים, וואס איז גענצליך אפגעטיילט פונעם איבריגן פארקער כדי אפצוהיטן די גדרי הצניעות באופן מעולה.

אזוי אויך וועט צוגעשטעלט ווערן גייסטרייכע דרשות ספעציעל פאר די נשים צדקניות, ווי ביי די סעודת הילולא וועלן אויפטרעטן חשוב’ע רעדנערינס וואס וועט אסאך צוגעבן צו די געהויבענע אטמאספערע.

אזוי אויך ווערט אויפגעשטעלט א באזונדערע שאטער פארנט פון ביתו נאוה קודש פון רבי ישעי’לע זי”ע אלס א עזרת נשים, ווי די נשים צדקניות וועלן האבן די מעגליכקייט שופך שיח צו זיין הארט נעבן די הייליגע קוויטל שטוב, וואס איז מקום מקור הישועות בימים ההם ובזמן הזה.

– ובאו לציו”ן ברנה: –

באזונדערע אריינגאנג און ארויסגאנג אוהל וועט לינדערן שווערן געדרענג פון מאסן משתטחים ביים ציון הק’

אומצאליגע אלפי ישראל גרייטן זיך מיט התרגשות צו מאכן דעם לאנגן וועג מכל מקומות מושבותיהם מיטצולעבן די יומא דהילולא קדישא אין קערעסטיר, זייענדיג דער בארימטער תל תלפיות שכל פיות אליו פונים בימים ההם ובזמן הזה, ווי אלע משתתפים וועלן בעז”ה אהיימפארן מיט פילע הויפענעס ישועות ורפואות והשפעות טובות עד בלי די בזכותו פונעם גרויסן בעל הילולא זי”ע, וועלכער האט בשעתו כסדר משפיע געווען בידו הגדולה רב טוב לבית ישראל, ומה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש, ווייטער משפיע צו זיין אך טוב וחד פאר אידישע קינדער.

עס איז שווער אויסצומאלן דעם התעוררות’דיגן שטימונג וואס הערשט אינעם אוהל הק’ במשך דעם גאנצן יומא דהילולא בלי הרף, בעת אלפי ישראל שטייען צונויפגעפרעסט און זענען מתפלל מממעקי לבם פאר צרכי בית ישראל המרובים, ווי נחלי דמעות ווערן דערביי פארגאסן געהאלפן צו ווערן מיט א ישועה קרובה בזכותו של אותו צדיק.

מדי שנה בשנה ווערט פארגעסערט דאס געדרענג ביים ציון הק’ וואס פארשווערט פארן ציבור המתפללים מתפלל צו זיין בדעה צלולה, וואס כסדר קומען אריין פרישע אידן, און אין די זעלבע צייט גייען ארויס אידן וואס האבן שוין געענדיג מתפלל צו זיין, וואס אזוי ארום ווערט געשאפן א שטארקע שטופעניש צו קענען אריינקומען אדער ארויסגיין פון אוהל, ובפרט איז די געדרענג גאר שטארק ארום דעם ציון הק’ ווי דער ציבור איז משתוקק זיך משתטח זיין אויפן הייליגן ציון, וואס די געדרענג אין די פריערדיגע יארן איז געווען למעלה מן המשוער.

דעריבער ווערט היי יאר פריש איינגעפירט צו באשטימען די הויפט טיר פונעם אוהל בלויז פארן אריינגאנג, און די אנדערע טיר וואס געפינט זיך הארט נעבן די ציון הק’ וועט זיין בלויז פאר די ארויסגאנג, וואס מיטן נייעם סדר וועט אסאך פארלייכטערן דעם געדרענגט און וועט ערמעגליכן דעם ברייטן ציבור ריכטיג מתפלל צו זיין און אויספועל’ן אלעס גוטס.

<