SHARE
אלעס ארים רבי ישעי’לעס הויז חלק ד

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי’לעס הויז

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, “רבי ישעי’לעס הויז” אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ”ו, אנגעפירט דורך די בארימטע “הכנסת אורחים קערעסטיר”, אין שפיץ פון משפחת רובין שליט”א נכדי רבי ישעי’לע זי”ע, ליינט און האט הנאה.

בס”ד

המשך פון פר’ תצוה

מאנטאג:

צופרי איז געוועהן 2 מנינים שחרית בתוכם א שיינע צאל סטראפקוב’ע אייניקלעך (וואס זענען געוועהן לרגל הילולת זקינם הק’) און ווי אויך איז געוועהן אנוועזענד, הרב לוי יצחק ראטענבערג שליט”א מ’קאזאווע, און איבער’ן טאג איז געוועהן א כסדר’דיגע שטראם פן נכדי הרה”ק מ’סטרופקוב זצ”ל.

נאכמיטאג איז געקומען תלמידי ישיבת תורת הנצח ברסלב פון לאנדאן בראשות דעם ראש ישיבה הרה”ג משה יוסף גולשעווסקי שליט”א, ווי מען האט זיך געשטעלט דאווענען אדערהויבענע תפילת מנחה, און נאכדעם איז געוועהן צוגעשטעלט א שיינע סעודה ווי דער ראש ישיבה שליט”א האט אויפגעטרעטען פאר די בחורים נאכפאלגענדיג מיט מעריב.

דינסטאג:

נאך שחרית איז אנגעקומען א גרופע פון אמעריקא אייניקלעך פון הרה”ק מ’סטראפקוב זצ”ל ווי זיי האבען זיך געטובלט און זיך געזעצט טועם זיין פאר’ן גיין ווייטער אין וועג.

 פארמיטאג איז אנגעקומען הרה”ג ברוך בערגער שליט”א מ’מישקאלץ ובני משפחתו. עסאיז געוועהן צוגעשטעלט א סעודה לכבודם און ווי אויך האט מען מיטגעפאקט עסן פאר ווייטער אין וועג.

הרה”ג רבי ברוך בערגער שליט”א ממישקאלץ ובני משפחתו
ביים סעודה צוגעשטעלט לכבודם אין מלוה מלכה שטוב

פארנאכט’ס איז די ישיבה תורת נצח הנ”ל צוריקגעקומען (נאכען ארום פארען מקומות הקדושים איבער’ן גאנצע טאג) און עס איז געוועהן א מנין מנחה און מעריב און נאכדעם זיך געזעצט לסעודת ערב.

מיטוואך 

אין דעם טאג איז געפאלען די יארצייט פון הגה”צ רבי משה גינז זצ”ל אב”ד קערעסטירבחייו פון הייליגען רבי ר’ ישעי’לע זי”ע וואס מקום מנוחתו אין אוהל הקדוש (אגב: די וועד הכנסת אורחים ד’קערעסטיר האט לעצטנס פאראכטען זיין מציבה וואס איז כמעט איינגעפאלען שוין פון אלטקייט) איז מטעם די הכנסת אורחים האט מען ארויסגעלייגט א מודעה לרגל הילולא און עס איז פארגעקומען א יארצייט סעודה ווי מען האט פארברענגט מיט ספורי צדיקים בשייכות הגה”צ אב”ד זצ”ל מיט רביה”ק ר’ ישעי”לע זי”ע.

נאכמיטאג האט זיך אנגעהויבן דאס געווירבעל פון די אידען וואס זענען געקומען פוקד זיין דעם ציון הק’ פון הרה”ק מ’קאלוב זי”ע לכ’ די יארצייט–ז’ אדר-. בין הבאים האט מען אויפגענומען מיט כבוד הרה”צ ר’ בערל טויב שליט”א בן כ”ק אדמו”ר מ’קאלוב שליט”א לרפו”ש.

פון די שטאט ווינא-עסטרייך יצ”ו, זענען געקומען צופארען די תלמידי התלמוד תורה כיתה ט’ מיט זייערע מלמדים און דער מנהל הרב שמעון וויינבערגער שליט”א ווי עס איז געווען צוגעשטעלט פאר זיי א באזונדערע סעודה און בשעת די סעודה האט דער מנהל שליט”א מכבד געווען הרה”צ ר’ בערל טויב שליט”א הנ”ל זאל אויפטרעטן פאר די תלמידים.

הרה”צ רבי בערל טויב שליט”א טרעט אויף פאר תלמידי כיתה ט’ פון שטאט ווינא

אויך האבען זיך פראמינענט אנגעזעהן די חסידי סאטמאר, וואס זענען מיטגעקומען מיט רבם ומאורם,  וואס איז געקומען צו פארן קיין קאלוב מיט א קבוצה נגידים ואישי הציבור, לרגל דעם יומא דהילולא קדישא, בתוכם מו”ה ר’ חיים יושע געלבשטיין הי”ו, ראה”ק דקהל עצי חיים סיגוט וומסב”ג.

אלעס אינאיינעם איז געווען 4 מנינים מנחה און 5 מנינים מעריב.

סעודת הילולא של הרה”ק מ’קאלוב זי”ע
[אין שאראש-פאטאק יצ”ו]
בראשות כ”ק מרן אדמו”ר מ’סאטמאר שליט”א
צוגעשטעלט דורך הכנסת אורחים קערעסטיר!

נאכמיטאג האט שוין די הייליגע קאך געפיבערט מיט’ן צושטעלן די סעודה, (און ווי אויך דער פרישטאג און מיטאג פאר דעם מארגענדיג’ן טאג) דורך די צוויי איבערגעגעבענע קעכערס פון “ר’ ישעי’לעס הייליגע קאך” ה”ה ר’ אפרים שלמה טאמבור הי”ו פון אנטווערפען יצ”ו, ר’ אברהם אבא גרינבוים הי”ו פון לאנדאן יצ”ו

פארנאכט’ס האט מען אנגעהויבען איינצופאקען די גרויסארטיגע סעודה אפצושיקען קיין שאראש-פאטאק יצ”ו, מען האט ארויסגעטראגען א פולע טראק, מיט אלע איינצעלהייטען, אלע עסן, חלות, עסצייג, משקאות, טישטיכער וכו’. אויך האט מען מיטגענומען אן אייגענעם ווארמע”ר מיט גע”ז פון קערעסטיר כדי זיך צו האלטען אויף דעם העכסטען סטאנדארט בתכלית הכשרות נישט צו דארפען צוקומען צום נישט-אידיש’ע האטע”ל. ווי אויך האט מען ספעציעל צוגעשטעלט אלע מאכלים פאר’ן רבי’ן שליט”א, געבאקען א גרויסע סעודה חלה, מיט א פיש וכו’, און דארט אין  האטע”ל האבען די געטרייע קעכערס מיט להבדיל די ארטיגע איינגעשטעלטע פון “הכנסת אורחים קערעסטיר” זייער שיין צוגעגרייט אויף א הערליכע פארנעם.

די טראק’ס אנגעפולט מיט די מאכלים און משקאות
ביים פארלאזן די שטאט קערעסטיר

גרויסע ווארמער מיט געז מיטגעברענגט פון קערעסטיר

ביינאכט, האבן די פועלים ועוסקים במלאכת הקודש ד’הכנסת אורחים קערעסטיר, געהאט די זכיה אויפצונעמען כ”ק מרן אדמו”ר מ’סאטמאר שליט”א אין שאראש-פאטאק ווי מען האט זיך געוואשן לרגל ההילולא.

–מטעם הכנסת אורחים- איז ספעציעל געקומען צופארען הרב ר’ חנני’ יו”ט ליפא גרויס שליט”א נכד רבינו, לעמוד על המשמר.

די רייכע סעודה הערליך צוגעגרייט

אינמיטן די סעודה האט דער רבי שליט”א געוואונטשן לחיים לכל המסובין, ובפרט פאר הרבני הנגיד ר’ אברהם בראך הי”ו יושב ראש הנהלת ישיבה לצעירים סאטמאר וומסב”ג, נדבן הסעודה. דאן האט דער רבי שליט”א מכבד געווען הרבני הנגיד ר’ חיים יושע געלבשטיין הי”ו ראה”ק דקהל עצי חיים סיגוט צו פארציילן סיפורים פונעם בעל הילולא זי”ע. און הרה”ח ר’ בעריש חיים וויינבערגער הי”ו איז מכובד געווארן צו זינגן פארשידענע ניגונים פונעם הייליגען קאלוב’ער זי”ע, און הרה”ח ר’ יושע מענדלאוויטש הי”ו האט פארגעזינגן דעם הייליגן זמר “סאל א קאקאש”, דאן האט דער רבי שליט”א פארציילט סיפורים פונעם הייליגן בעל הילולא זי”ע. מיטן בענטשן האט דער רבי שליט”א מכבד געווען ר’ חיים יושע געלבשטיין הי”ו, און נאכען סעודה האט דער רבי שליט”א זיך באדאנקט פאר די הכנסת אורחים איינגעשטעלטע, און מיט קענטיגע אינטערעסע זיך נאכגעפרעגט ביי די קעכערס, פרטים פון די גאנץ יאר’יגע קערעסטיר’ע פארקער און דערנאך געוואונטשען ברכת קדשו להעוסקים במלאכת הקודש.

 

בחצות הלילה נאכען יארצייט סעודה האט זיך א קבוצה, ובתוכם העומדים לימינינו לחצר הקודש קערעסטיר בכל עת ועידן ה”ה הרבני הנגיד מו”ה יחזקאל דוד בערקאוויטש הי”ו חבר הנהלת ישיבה תורה ויראה סאטמאר וומסב”ג, והרבני הנגיד ר’ אברהם בראך הי”ו ארויסגעלאזט פון שאראש פאטאקאון געקומען קיין קערעסטיר לפקוד ציון קדשו של מרן רביה”ק זצוקללה”ה, און נאכען זאגען תהילים בהתעורורות רב איז מען באשמורת הבוקר געפארען קיין קאלוב יצ”ו,פוקד צו זיין דעם ציון הק’ בקאלוב, און פון דארט איז די גאנצע ציבור צוריקגעפארען קיין בודאפעסט יצ”ו צום עירפארט, מיטנעמענדיג מיט זיך דעם פרישטאג און מיטאג וואס איזג עוועהן צוגעשטעלט פון פארדעם -דורך הכנסת אורחים ד’קערעסטיר-פארן פליגער אויף’ן וועג אהיים.

די געפאקטע פרישטאג’ס פון די קערעסטיר’ע קאך

דאנערשטאג

צופרי האבען די תלמידי כיתה ט’ פון שטאט ווינא יצ”ו הנ”ל אפגעראכטען א הכנה לתפילה אין ר’ ישעי’לעס הויז נאכפאלגענדיג תיכף מיט א ווארעמע תפילת שחרית. נאכדעם איז געוועהן נאך א מנין שחרית בהשתתפות כ”ק אדמו”ר מ’סטאניסלאוו-ביתר שליט”א

דורכן טאג איז געוועהן א גרויסער פארקער –אהן אפשטעל- לרגל די יודה”ל פון הרה”ק מ’קאלוב זי”ע, בתוכם הרבני הנגיד ר’ מרדכי פארהאנד הי”ו מווינא יצ”ו יו”ר בניני הכנסת אורחים אין קאלוב ומאקאווא. נאכמיטאג האט מען אויפגענומען מיט כבוד הרה”ג רבי אשר מרגליות שליט”א אב”ד אהל משה ווינא, ווי ער האט פארוויילט אין די הייליג הויז, און נאכען סעודת ערב איז א גרויסע ציבור געבליבען נעכטיגען בבנין הכנסת אורחים

הרה”ג רבי אשר מרגליות שליט”א אב”ד אהל משה ווינא אין קוויטל שטוב

עס זענען געווען מערערע מנינים למנחה ומעריב.

עש”ק-שב”ק:

פרייטאג זענען אנגעקומען, די שובתי השבת זכור בבית רבינו, ווי די עסקנים האבען אלעמען פלאצירט לשביעת רצון. די תפילות זענען אפגעראכטן געווארן אינעם קוויטל שטוב מיט גרויס התעוררות, די סעודות זענען געפראוועט געווארן יעדע משפחה פאר זיך, אין די מערערע צימערן בבית רבינו.

סעודת מלוה מלכה מוצש”ק

פר’ כי תשא

זונטאג-מאנטאג-דינסטאג:

זייענדיג אין די טעג פון ערב פורים איז געוועהן ווייניגער באזוכער ווי געווענליך. מאנטאג ביי איינע פון די מנינים מנחה האט מען איבערגעליינט קריאת התורה און משלים געוועהן פאר די אידן וואס זענען געוועהן אונטערוועגענס ביי שחרית. דינסטאג שפעט ביינאכט האבען אונזער שליחים פארשפארט דאס הויז לכ’ פורים און זיך אהיימגעקערט למעונם אפצורעכטען די יו”ט פורים מיט זייער משפחות לקיים מה שנאמר: והימים האלה נזכרים ונעשים בכל דור ודור משפחה ומשפחה

 

 

 

 

 

<