SHARE
א בליק באמבאסטישע מעגא יום טוב אויסגאבע, מיט 500 זייטן פון עונג יום טוב

א בליק
באמבאסטישע מעגא יום טוב אויסגאבע, מיט 500 זייטן פון עונג יום טוב

סאטמאר א וועלט
היסטארישע העפט וואס נעמט ארום קהילת הקודש סאטמאר, די אויפבוי, בלי, און פרעכטיגע הווה

בבנינה
הערליכע בילדער קאלעקציע פון אלע היסטארישע געשעענישען אין סאטמאר פון ווען הרה״ק בעל דברי יואל זי״ע איז אנגעקומען על אדמת אמעריקא ביז׳ן היינטיגן טאג

בתפארתה
איבערבליק אויף קהל יטב לב ד׳סאטמאר און אירע מוסדות בכל מדינה ומדינה ובכל עיר ועיר, באגלייט מיט בילדער און פאקטן

ספעציעלער דראון פראיעקט
די טאלאנטפולע אחים לענטשעווסקי ברענגען אייך אן אויג פארכאפנדן דראון פראיעקט פון דאס הארץ פון חסידי סאטמאר, קרית מלך רב, קרית יואל

הנסתרות
א חידוש פון א פראיעקט
א בליק כאפט זיך אריין אין נאסטאלגישע באהאלטענע פלעצער, אנגעהויבן פונעם פריוואטן בית השחיטה וואס געפינט זיך בבית נאוה קודש פון כ״ק מרן אדמו״ר מראחמיסטריווקא שליט״א ביז׳ן אייגנארטיגן וויין קעלער וואס פונקציאנירט ביי א איד אין בארא פארק און נאך

א שפיאניר ארום דעם קווארטיל
באלערנדער פארש ארבעט איבער דער היסטאריע פון דעם עיר האבות קראונהייטס, די גדולי ישראל וואס האבן דארט געוואוינט און וואס עס שפילט זיך דארט אפ היינט, באגלייט מיט היסטארישע בילדער און דאקומענטן

 

קערעסטירער טאג בוך
צום בעפארשטייענדן יארצייט פון הרה״ק רבי ישעי’לע מקערעסטיר זי״ע, קומענדיגן ג׳ אייר, באקענט אייך מיט די אקטיוויטעטן אין הייליגן הויז

ספעציעלע יום טוב מתנה
שפאנענדע סי-די מיט איבער 4 שעה פון מעשיות דערציילט דורכ׳ן בארימטן “א בליק” בעל מספר ר׳ ארי’ אבראמאוויטש

נייע רובריק
תורה מיט טאלאנט
באקענט אייך מיט אידן וואס זענען משלב “תורה” מיט “טאלאנט” אין זייער טאג טעגליכן לעבן,
אנגעהויבן אין היינטיגן יו”ט נומער מיט בארימטן בעל מנגן און מנהיג עדה, הרה”ג ר’ שלמה טויסיג, אב״ד בעלעד

נייע קאמיקס
באווייז דיין טאלאנט
א בליק גיבט אייך די מעגליכקייט אליין אהערצושטעלן אייגענע קאמיקס

באשולדיגטע פלאמען
7’טע סצענע פון די דראמאטישע שטארק אויפגעכאפטע “א בליק” קאמיקס-שפיל “באשולדיגטע פלאמען”

כאפ א בליק אפטיילונג דורך ר׳ ארי’ אבראמאוויטש
פארגרעסערטע אפטיילונג מיט אינטרעסאנטע ארטיקלען און רובריקן לכבוד יו”ט

א מעכטיגע אויסגאבע ווי קיינמאל בעפאר

<