SHARE
חמש אלפים מי יודע?! וועלט בארימטער “פסח חלוקה תשע”ח” שע”י מפעל “טוב וחסד” דורך הרב יעקב אליעזר שישא ברענגט א שמחת יום טוב ביי איבער 5,000 פאמיליעס בארה”ק. גיגאנטישע ‘ווערהאוז’ אפגעדינגען צו קענען ארויסשיקן די טויזנטע פעקלעך איבער גאנץ ארץ ישראל

 

בס”ד

ווידעראמאל גרייטן זיך אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם בדחילו ורחימו זיך צו זעצן צום הייליגן לעכטיגן סדר נאכט, און פראווען א דערהויבענעם סדר מיט די משפחות און דערציילן די ניסים פון יציאת מצרים און דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן נזערע עלטערן בימים ההם בזמן הזה. פאר די גרויסע ניסים וואס ער האט געטוהן מיט או צווישן די אלע משפחות וואס וועלן היי יאר פראווען א סדר מיט אן אמת’דיגע רואיגקייט און שמחת יום טוב, ציילן זיך איבער פינף טויזנט משפחות, מאחינו ובשרינו בארץ הקודש, וואס ביז קוים עטליכע טעג פאר דעם האבן זיי ניטאמאל געוואוסט צי זיי וועלן זיצן ביי א סדר מיט אזא רואיגקייט און אזא הרחבת הדעת, אבער אדאנק די וועלט בארימטער פסח חלוקה פון דעם וואונדערליכן ארגאנאיזאציע “טוב וחסד” שליסן זיי זיך אן מיט גאנץ כלל ישראל, און זאגן דעם “לפיכך אנחנו חייבים להודות לך” מיט אן אמת’ע שמחה דקדושה, און זאגן “שולחן עורך” אויף א פילן טיש פון בשר ודגים וכל מטעמים! יעדעס יאר אין די וואך בעפאר פסח, שפילט זיך איבער דעם זעלבן בילד וואס ברענגט ארויס איבעראשונג אין שטוינונג ביי ווער עס זעט עס צו מיט די אייגענע אויגן, און שרייט ארויס פון זיך אליינס: מי כעמך ישראל! א לאנגע קייט פון העפטיגע אקטיוויטעטן מיטן בלויזן ציל מהנה צו זיין און מחיה צו זיין לבבות נשברות! עס הייבט זיך אן ווען עס קומען אן צום ‘ווערהאוז’ פון ‘טוב וחסד’ די הונדערטער סקיטס פירות און ירקות, די פילע טראקס אנגעלאדנט מיט מצות, וויין, פלייש און פיש. דערנאך הייבט זיך אן א מאסיווע אפעראציעס צוצוגרייט אלע פעקלעך פאר די משפחות פון איבער דעם רירנד צו זעהן ווי די וואלונטירן שטייען און פאקן איין די באקסעס 5,000איבער גאנצן לאנד. עס איז מיט אלע גוטע און פרישע עסן, טייערע פלייש און פיש, וויינען, אויל, און אלע צרכי יו”ט פאר משפחות נצרכים און פאר משפחות פון אלמנות און יתומים, וואס קוקן שוין אזוי ארויס אויף די מאכלים, די “גראסערי ארדערס” וואס קומט אזוי שיין צו זייער טיר, פונקט ווי ביי זייערע שכינים, די קינדער לעכצן אויף דעם גוטן געפיל פון עסן צו דער זעט, פילע שטובער קענען זיך נישט ערלויבן די אלע פירות, צוליב די טייערע פרייזן, און אצינד אויף יום טוב וואס זיי האבן עס יא ברענגט עס זיי א שלימות’דיגער שמחת יום טוב.

והכינו את אשר יבואו דער “פסח חלוקה” פון מפעל “טוב וחסד” איז איינער פון די גרעסטע אפעראציעס דורכאויס’ן יאר, און כדי עס זאל טאקע קענען דורכגעפירט ווערן אויפ’ן שענסטן און בעסטן אופן זיצן שוין די עסקנים לאנגע וואכן בעפאר יום טוב צו פלאנירן און צוגרייטן דעם גרויסארטיגן חלוקה. מיט יעדעס יאר וואס גייט אריבער, וואקסט ליידער די רשימה פון נצרכים מער און מער. היי יאר תשע”ח זענען צוגעקומען צו משפחות! צו וועמען “טוב וחסד” האט אויסגערופן “כל דכפין ייתי ויכול”, און זיי אריינגעשטעלט אין די 500 די ליסטע איבער ליסטע פון גליכקליכע מקבלים וואס וועלן געניסן פון א ברייטן יום טוב. ווי נענטער עס קומט צום יום טוב פסח הייבן אן אנצוקומען צו די גיגאנטישע מאגאזינען פון טוב וחסד ריזיגע פרישע קוואנטומען פון עסן, פיש, פלייש, מצות, וויין, אויל, לעכט, און ריינונגס מאטריאלן און אלע צרכי יו”ט. אין די וואך בעפאר יו”ט, ווען עס קומט די צייט אויסצוטיילן די אלע אנגעגרייטע פעקלעך, רוהט נישט דער ווערהאוז במשך דעם גאנצן מעת לעת, אריבער הונדערט וואלונטירן קומען אין גייען רונדע דעם זייגער. מען פאקט די באקסעס און מען 35 לאדענט עס אן אויף די טראקס, און עס לאזן זיך ארויס די צענדליגער טראקס צו זייער באשטימטע אדרעסן, אין איבער געגענטער איבער גאנץ ארץ ישראל, מען שלעפט און טיילט, עס איז א הנאה און די הארץ וואקסט פון פרייד צו זעהן ווי די שווערע ארבעט פון דעם ווינטער ארבעט זיך אויס, און די טייערע קינדער מיט זייערע משפחות, וועלן האבן א פרייליכן און זאטן יו”ט, מען דא דעם בילד ווי דאס קליין אינגלעלע עפענט דעם באקס און זעהט די אלע רף זיך נישט מער ווי פארשטעלן גוטע עסן ווי זיין פנים שיינט פאר פרייד, פאר אט דעם בילד לוינט אלעס.
די איינוואוינער ווייסן גארנישט פון די חלוקה נאר די קינדערלעך שטייען אויף צופרי און ברענגען אריין די באקסעס, און זייערע פנימ’ער שיינען פאר פרייד, מיט די נארהאפטיגע מאכלים און אלע גוטע זאכן, וואס האבן נארוואס באקומען פון זייער גראסערי ארדער.

דער חידוש פון היי יאר תשע”ח – נייע ריזיגע ‘ווערהאוז’ פון וואו די פעקלעך זענען ארויס ווי געשריבן האט זיך די ליסט פחות וואס געניסן פון די ‘טוב וחסד’ חלוקות פארגרעסערט מיט איבער משפחות, 500 ע פון מש משפחות. ווען די עסקנים האבן דאס 5000 דאס באדייט אז אלעס אינאיינעם דארף מען פארטיילן עסנווארג פאר איבער רעאליזירט האבן זיי אינאכט גענומען אז דער “ווערהאוז” וואס פלעגט באניצט ווערן ביז היינט צו פארפאקן די פושקעס און ארויסשיקן צו אלע שטובער איז צו קליין צו קענען אקאמאנדירן אזא ריזן צאל, דעריבער האבן די עסקנים ארויסגעדינגען היי יאר א פילפאכיג גרעסערער מאגאזין כדי צו קענען אנפירן מיט די מאסיווע פארפאקונגס פראיעקט מיטן פולסטן הרחבת הדעת. דער ‘ווערהאוז’ געפינט זיך אין דעם אינדורסטריאלן געגענט אינדרויסן פון ‘בית שמש’, דאס האט אויך געהאט א שטארקע מעלה אז עס איז געווען ווייט פון מענטשליכע אויגן, אזוי ארום האט מען געקענט פארזיכערן דעם פולסטן “בדרך כבוד” פאר די משפחות וואס געניסן פון דעם גרויסן חלוקה.

דער אנהויב פון איינער פון די היינט-צייטיגע גרעסטע פסח חלוקות “טוב וחסד” איז געגרינדעט געווארן פאר איבער דרייצן יאר צוריק, דורך הרב ר’ יעקב אליעזר שישא שליט”א. ר’ יעקב אליעזר, וואס איז אויפגעוואקסן אין אן ארימער ירושלימ’ער שטוב און האט געשפירט אויף די אייגענע הויט וואס דאס מיינט ‘הונגער’. אלס יונגערמאן האט ער בייגעוואוינט דאס דחקות און עניות וואס הערשט אין די שטובער וואס די קינדער האבן נישט קיין עסן צו די זעט, ווי נעבעכדיג עס זעהט אויס א יו”ט ביי די משפחות, ר’ יעקב אליעזר האט פערזענליך בייגעוואוינט געוויסע פעלער און מצבים, ווי משפחות פון די בני טובים אדער משפחות פון גאר יונגע אלמנות ויתומים, וואס האבן געפראוועט דעם סדר מיט א שטיקעלע רעטעך ווייניגער ווי א כזית, און כמעט נישט מילכיג געווארן און נישט פליישיג געווארן במשך דעם גאנצן יו”ט. מיטהאלטנדי ‘ יעקב אליעזר באשלאסן צו ברענגען א סוף דערצו. ער האט אנגעהויבן ג אזעלכע שוידערליכע סצענעס האט ר אויף די אייגענע האנט צו ברענגען פאר די משפחות צו זייער טיר פערטיגע פסח ארדער’ס געפאקט און דעליווערט ווי פון געשעפט, און דערמיט האט ער ממש אויפגעלעבט און מחי’ נפשות געווען די פאר משפחות און זייערע קינדער, און אלעס שטילערהייט, אן קיין רעש און פאמפע. די גריסן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, און ווי א יאר עס איז אריבער איז די חלוקה פארברייטערט געווארן, עסקנים און רבנים האבן זיך געבעטן ביי ר’ יעקב אליעזר צו געבן פאר נאך חשוב’ע משפחות וואס באקומען נישט פון אנדערע חלוקות, ביז משפחות בליעה”ר, 5000 ליידער כהיום יום קוים א קנאפע פערצען יאר נאך די ערשטע חלוקה, האלט עס שוין ביי אריבער און מען דארף ליידער נאך יעדעס יאר, אפזאגן הונדערטערע משפחות ווייל מען האט נישט גענוג געלט פאר זייער “גראסערי ארדער”. 500 פאמיליעס וואס וועלן געניסן פון די חלוקות. ליידער זענען אט די 500ווי געזאגט זענען היי יאר צוגעקומען פרישע משפחות בלויז א טייל פון פיל מער אפליקאנטן וואס האבן אריינגעגעבן בקשות. עס רייסט ביים הארצן פון די הנהלה, און מען זיצט און מען איז דן בכובד ראש מיט די חשובע רבנים שליט”א, דן צו זיין דיני נפשות, וועמען מען מוז אנעמען און וועמען מען מוז אפזאגן, עס איז ממש א מצב פון מי ירעב ומי ישבע, ווער וועט קענען זאגן פאר די קינדערלעך, “זאגט הויעך שולחן עורך מען עסט און מען טרינקט לכבוד יו”ט” , און ווערט וועט דאס נאר זאגן אלץ זכר למקדש…, דאס טוט זייער וויי פאר די אלע עסקנים און וואלונטירן דעם געשריי פון זייערע ברודער און קענען נישט גענוג טוהן פאר זיי. פון טוב וחסד, וואס הערן ליידער

אויפ’ן העכסטן דרגא פון ‘בדרך כבוד’ די סטאנדארטן פון “בדרך כבוד” וואס זענען אוועקגעשטעלט ביי טוב וחסד איז גאר גאר הויעך, טוב וחסד איז געבויעט אויף דעם יסוד זייט ט טוב וחסד אלע יארן ביז אהער מיט א שטארקע שטרענגקייט, די ערשטע איר גרינדונג, און דער יסוד באגליי זאך וואס מען מען איז מקפיד איז עס צו ברענגען צו די פאמיליעס גענוי ווי א געהעריגער ‘גראסערי ארדער’ כדי אז די  באטרעפנדע פאמיליעס זאלן זיך נישט פארשעמען און דערנאך דער אופן פון צוזאמפאקן דעם ארדער, און אריינלייגן אין די
באקסעס

ממש אזוי ווי אין געשעפט, ועל כולם דער קוואליטי פון די מאכלים, און די אלע אנדערע צרכי יו”ט. מען גייט אראפ אין מארקעט צו נעמען די בעסטע און די שענסטע פון אלע מאכלים, און מען קלויבט דאס אויס פאר די משפחות, נישטא קיין ביליגע סחורה וואס מען זוכט פטור צו ווערן, אלעס איז פריש און גוט. אזוי אויך טיילט מען קיופאנ’ס פון די געשעפטן פאר די משפחות וואס ווילן אליינס גיין אין געשעפט, איין קויפן זייער גראסערי ארדער, אויפן העכסטן אופן בדרך כבוד. מען טיילט אוי ות, וויין, פיש פלייש, געשיר, און די אלע ריינונגס מאטריאלען צו ס פאר יעדע משפחה אלע צרכי יו”ט, די מצ מאכן דעם גאנצן הויז פסח’דיג. 5,200 טוב וחסד האט אויס געטיילט אין די איצטיגע ניסן חלוקה, טויזענטע פונט מצות און פלייש, פאר אריבער ישע קינדערלעך וואס האבן געהאט מכל טוב וטוב דעם פסח אין די זכות 38,000 משפחות, וואס איז א קיימא לן פון איד פון טוב וחסד, און אין די זכות פון זייערע חשובע נדבנים פון איבער די גארער וועלט. טוב וחסד פארגעסט אבער נישט פון די קינדערלעך און זייער שטובער במשך דעם גאנצן יאר, און טוט כסדר פאר די קינדער מיט די משפחות פאר יעדן יו”ט, צ.ב.ש. שבועות, סוכות, חנוכה, פורים, טיילט מען חלוקות מיט אלע באדערפענישן פון דעם יו”ט וואס קומט, און מען שיינט אריין און מען בערנגט אריין אין די שטובער עסן צו לייגן אויפן טיש, און נאכמער פון דעם דער מעסעדזש דער געדאנקט אז מען האט זיי אינזין, און אז זיי פארמאגן גוטע פריינט און אפענע הערצער ביי כלל ישראל

טוב וחסד פסח תשעח

<