SHARE
!!ווידעא – א מאמע שרייט ראטעוועט מיך

 

כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!

פון קליוולאנד קיין ניו יארק, מיט די הילף פון כלל ישראל!

עלטערע צובראכענע פרוי וואלגערט זיך פאר יסורים און איר צו ראטעווען מוז מען איר טראנספארטירן פון קליוולאנד קיין ניו יארק אין 24 שעה!

טרערן רינען אין צומער, די מאשינען וואס זענען צוגעטשעפעט צו אירע לינגען פאראורזאכן דעם אויסגעמאגערטן קערפער ווייען, פאניק און צעמישעניש, פאר דעם אפגעשוואכטן און צובראכענעם פרוי, וואס וויילט שוין אין שפיטאל פאר מאנאטן.

איר מאן שטייט דארט מיט גלאנציגע אויגן, ער דאוונט און בעט השי”ת אז ער זאל נישט פארלירן די איינציגסטע זאך וואס ער פארמאגט, קינדער פארמאגט ער ליידער נישט, יסורים פארמאגט ער איבער גענוג, יעצט וויינט זיין געטרייע לעבנסבאגלייטערין אז זי וויל שוין ליבערשט אויסגיין חס ושלום ווי ליידן אויף די אומפארשטענדליכע יסורים. “האלט זיך שטארק!” זאגט איר דער הילפלאזער אבער האפענונג אנגעפולטער מאן איך האב גערופן צום ערשטן מאל אין מיין לעבן צו מיינע גוטע פריינט, און זיי וועלן מיר זיכער העלפן

וואס גייט פאר?

א חשוב’ע עלטערער פארפאלק פון מאנסי, וואס האבן ליידער נישט זוכה געווען צו קיין קינדער, איז ליידער קראנק געווארן מיט א גאר קאמפליצירטער אבער היילבארער מחלה אויף די לינגען בשעת וואס די שורות ווערן געשריבן וואלגערט זיך מיט איר שוואכע קערפער צווישן פילצאליגע פייפס און מאשינען.

איר טייערער מאן איז אויפן ראט פון מומחים אפגעפלויגן מיט א קאסטבארער אמבולאנס פליגער באגלייט דורך א שטאב געשולטע דאקטוירים קיין קליוולאנד איר צו היילן, אום שבת, איר לעבן האט געהאנגען אויף א האר, און זי איז ברוך השם געווארן אסאך בעסער, מען האט זיך גערעכנט אז פון דארט וועט זי שוין קענען אהיימקומען געזונט.

למעשה איז זי שוין דארט פאר עטליכע מאנאטן, און זי איז אריינגעפאלן אין א פרישע פלאנטער, און די דאקטוירים האבן רעקאמענדירט און אויפגעפאדערט אז צוליב פרישע קאמפליקאציעס וואס האבן זיך אנטוויקלט, דארף מען איר צוריקפירן מיט א שטאב דאקטוירים קיין ניו יארק, וואו עס זענען דא בעסערע מומחים פאר איר פראבלעם.

אונזער איד, אן עובד השם, וואס האט זיך אלע יארן טראץ זיינע שווערע צרות און מיטמאכענישן אפגעגעבן מיט העלפן אנדערע וועמען קיינער האט נישט געוואלט העלפן, און געהאדעוועט ביי זיך אינדערהיים יתומים און אנדערע קינדער וואס האבן נישט געהאט קיין אנדערע ווארעמע היים, דינענדיג דעם אויבערשטן אויף א פארנעם וואס מען זעט זייער זעלטן, איז שוין יעצט אין א געדרוקטע ענגע מצב ווערנדיג אנגע’חובות’ט נאך ביים ערשטן טרענספער מיט ארום 8 וואכן צוריק, און קען ניטאמאל טראכטן פון דאס דעקן, ער שטייט שוין ביי די בעט פון זיין ווייב פאר איבער 3 מאנאטן, און די עטליכע עסקנים וואס קענען זיך מיט אים וויינען אז די געשיכטע טרעט שוין צו צי זיין געזונט, און זיי האפן אז ער אליין זאל נישט אוועקפאלן פון די כוחות. ער איז שוין אנגעבארגט פון אלע זייטן, און זעט זיין ווייב אין מצבים וואס ס’איז צו שוידערליך דאס אראפצולייגן.

זיין אשת חיל איז אלעס וואס ער פארמאגט, אין זיין שטימע דורכגעווייקט מיט זארג און אנגסט אפעלירט ער צו כלל ישראל, זיינע ברודער און שוועסטער וואס האבן לעצטנס ערמעגליכט און אויסגעצאלט א רייזע פאר א יונגע פרוי קיין פאריז, און וויינט מען זאל אים העלפן האלטן זיין ווייב ביים לעבן, און ערמעגליכן אינאיינעם מיט זיינע גוטע ידידים אויסצאלן דעם קאסטבארן טרענספער פון קליוולאנד קיין ניו יארק.

כלל ישראל דערהערט דעם רוף, כלל ישראל זאגט צו די פרוי “איר וועט נישט אויסגיין” מיר וועלן אייך ברענגען קיין ניו יארק, און העלפן!

ווי נאר איר ענדיגט אפווישן אייער טרער, מאכט א באזוך צו די טשערידי לינק, זייט אייך משתתף, שיקט ווייטער, און נעמט דעם קאמפיין פערזענליך, ס’איז אייער צוועק פונקט ווי די עסקנים וואס שטייען דארונטער

ביטע דריקט  דא 

 

 

<