SHARE
כ”ק מרן אדמו”ר מויז’ניץ שליט”א פראקלאמירט דעם טאג כ”ח אדר אלס “יום התרמה” פאר מוסדות ויז’ניץ

5 מיליאן שקל אין 36 שעה

כ”ק מרן אדמו”ר מויז’ניץ שליט”א

 פראקלאמירט דעם טאג כ”ח אדר אלס

 “יום התרמה” פאר מוסדות ויז’ניץ

ביי שלחנו הטהור ביומא דהילולא פון אביו כ”ק מרן אדמו”ר בעל הישועות משה מויזניץ זי”ע

 

במעמד אלפי ישראל האט כ”ק אדמו”ר מוויז’ניץ שליט”א אויסגערופן דעם טאג “כח אדר” אלס יום התרמה פאר מוסדות ויז’ניץ, די רבי שליט”א האט באטאנט דעם פאקט אז מען גייט שוין אריין אין דעם זיבעטן יאר פון די פטירה פון אביו הק’ כ”ק אדמו”ר בעל הישועות משה זי”ע, און ער וויל מזכה אידן איבער די גאנצע וועלט זיך מקשר צו זיין מיט דעם צדיק נשגב זי”ע דורך מחזק זיין די מוסדות הקדושים וועלכע זענען נתייסד געווארן על שמו ועל זכרו הטהור.

ווי נאר די רבי שליט”א האט פארענדיגט דעם שלחן הטהור, האבן זיך ויזניצער חסידים איבער די וועלט איינגעשפאנט פאר די הצלחה פון מעכטיגען קאמפיין, צו פארשאפן 5 מיליאן שקל אין משך פון 36 שעה, דעם קומענדיגען מיטוואך\דאנערשטאג כ”ז – כ”ח אדר הבעל”ט

ויזניצער חסידים וועלן אויסנוצען דעם געלעגנהייט מעורר צו זיין קרובים, חברים, ידידים, גוטע פריינד, אין איינמאליגער געלגענהייט צו העלפן נעמען א שותפות אין דעם ריזן אימפעריע פון תורה וחסד, מרכז חסידי ויז’ניץ בארה”ק.

עטליכע גרויסע פילאנטראפן, תומכי תורה ולומדי’ האבן זיך אונטערגענומען צו דאפלן יעדן דאלער וועלכע וועט באשטייערט ווערן צו דעם קאמפיין, אזוי אז יעדע נדבה וועט זיין ווערט פונקט דאפעלט.

אין עלעף פלעצער איבער די וועלט זענען אויפגעשטעלט געווארן קאמענד סענטערס מען זאל קענען אויסארבעטן און באגלייטען דעם גראנדיעזען קאמפיין צום גרעסטע הצלחה וואס איז שייך, דער קאמפיין וועט זיך אנהויבן מיטוואך 1:00 אזייגער נאכמיטאג (ארץ ישראל זייגער) און וועט זיך ענדיגן אי”ה מיט א ריזן הצלחה בס”ד דאנערשטאג 1:00 אזייגער (א”י זייגער) ביינאכט

 

<