SHARE
אקטיוויטעטן אין רבי ישעי’לעס הויז נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, “רבי ישעי’לעס הויז” אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ”ו, אנגעפירט דורך די בארימטע “הכנסת אורחים קערעסטיר”, אין שפיץ פון משפחת רובין שליט”א נכדי רבי ישעי’לע זי”ע, ליינט און האט הנאה.

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי’לעס הויז

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, “רבי ישעי’לעס הויז” אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ”ו, אנגעפירט דורך די בארימטע “הכנסת אורחים קערעסטיר”, אין שפיץ פון משפחת רובין שליט”א נכדי רבי ישעי’לע זי”ע, ליינט און האט הנאה.

בס”ד

המשך פון פר’ בשלח

דאנערשטאג:

צופרי האבן זיך געשטעלט צוויי מנינים שחרית, און איבער’ן טאג זענען געוועהן עטליכע קבוצות פון אר”י און פון לאנדאן.

ביינאכט איז געקומען א גרויסע קבוצה מונקאטש’ע חסידים, בערך 150 אידן בליעה”ר, וועלעכע די נסיעה זייערע איז געווארען געפירט און צוגעשטעלט דורך די באקאנטע “ללכת טורס”.

צום ערשט זענען געקומען די לאנדאן’ער אידן בראשות דער דומ”ץ הקהילה הרה”ג ר’ אלימלך גליק שליט”א, מיט די באגלייטונג פון די ראשי הקהילה ובראשם דער ראה”ק ר’ יונה ליפשיץ הי”ו.

און שפעטער עטליכע באסעס פון די גרופע פון אמעריקע ובראשם די קינדער פון כ”ק אדמו”ר מ’מונקאטש שליט”א הרה”צ ר’ פישל שליט”א מיט הרה”צ ר’ יוסף הורוויץ שליט”א חדב”נ.

עס איז געוועהן אנגעגרייט ווארימע טועמיה ווי דער גאנצע ציבור האט אנגענעם פארברענגט בחצר הקודש, די מקוה איז געוועהן צוגעשטעלט לשביעת רצון פון אלע געסט, און עס האבען זיך כסדר געשטעלט מנינים לתפילת מעריב. עס איז געווען ספעציעלע צוגעשטעלטע שאטעלס אז מ’זאל גרינג קענען ארויפפארען צום ציון הק’.

און ביים ווייטער פארען האט מען איינגעפאקט לכבוד שבת און פאר די בר מצוה –וואס איז פארגעקומען אין שטאט מונקאטש בצל רבם כ”ק אדמו”ר מ’מונקאטש שליט”א- קרוב צו 1000 חלות וואס זענען געווארען געבאקען אין די קערעסטירע קאך, לשובע ולא לרזון.

ערש”ק:

פון צופרי האט זיך שוין אנגעזעהן די שטארקע פארקער פון די געסט, וועלעכע זענען געקומען לשבות בצל הקודש. ספעציעל האט מען מקבל פנים געוועהן די חשובע משפחות נכדי רבינו, בתוכם משפחת לאנדא נכדי הגה”צ אב”ד עדעלין זצ”ל חדב”ן רבינו זצ”ל, בראשם האחים החשובים הנגידים הרב ר’ יושע נפתלי שליט”א, והרב ר’ יצחק יונה שליט”א, והרב ר’ בנציון שליט”א, וועלעכע זענען ספעציעל געקומען צו פראווען די 76סטע יארצייט פון זייער גרויסן זיידע, י”ב שבט וואס איז אויסגעפאלען דעם קומענדיגען זונטאג. אויך האט מען אויפגענומען מיט גרויס כבוד הרב ר’ משה גרויס שליט”א מ’מאנסי בן כ”ק אדמו”ר מ’קערעסטיר-בערבעשט זצ”ל מ’פלארידא. ווי אויך האט מען מיט כבוד מקבל פנים געווען הגה”צ מו”ה ישראל יעקב שיק שליט”א אבדק”ק טאקיי.

עס איז געוועהן 6 מנינים שחרית נאכפאלגענדיג מיט פת שחרית און שפעטער טועמיה איבער’ן גאנצען טאג.

שב”ק פר’ בשלח – שירה

די שב”ק איז געפראוועט געווארען מיט א געוואלדיגע געהויבענקייט און א התעורורות’דיגע אטמעספער, אלע תפילות זענען אפגעראכטען געווארען מיט א העכערקייט, הרב יושע נפתלי לאנדא שליט”א האט יורד לתיבה געווען צו מנחה ערש”ק און מיט קבלת שבת איז מכובד געווארן הרה”ג ר’ יעקב שמשון סג”ל גאלד שליט”א.

פסוקי דזמרה-שירה האט פארגעדאווענט הרב ר’ משה גרויס שליט”א, מיט שחריתאיז מכובד געווארן הרב ר’ יצחק יונה לאנדא שליט”א, און מוסף האט פארגעדאוונט הגה”צ ר’ ישעי’ רובין שליט”א. ביים נץ מנין האט הגה”צ מו”ה אברהם רובין שליט”א יורד לתיבה געווען.

הרה”ג ר’ יעקב שמשון סג”ל גאלד שליט”א האט געליינט ביי ביידע מנינים, און די עליות ביי פרשת המן זענען צוטיילט געווארען אויף יעדע דריי פסוקים כנהוג מימי ר’ ישעי’לע זי”ע.

די סעודות זענען געוועהן הערליך צוגעשטעלט און זייער שיין געפראוועט געווארען אין מל”מ שטוב ווי עס האבן אויפגעטערעטן מיט ווארעמע דרשות נכדי רבינו, ווי אלע האבען ארויסגעברענגט דעם גודל קדושת המקום והזמן, פרייטאג צונאכטס האט אויפגעטרעטן הרה”ג ר’ חיים טירנויער שליט”א ר”מ ב’ישיבת ווילירייק נכד רבינו, וועלעכער האט אויף זיין אייגנארטיגען אופן געהאלטן געשפאנט דעם עולם, און מיט ברכת המזון על הכוס איז נתכבד געווארען הגה”צ ר’ ישעי’ רובין אב”ד קערעסטיר וומסב”ג שליט”א. בצפרא דשבתא האט אויפגעטרעטען הגה”צ מו”ה אברהם רובין שליט”א מיט זיין באזונדערן אופן שיין ארויסגעברענגט הערליכע בליציגע רעיונות משולב פון פרשת השבוע מיט די מאורעות הזמן. ווי אויך האט הרב ר’ משה גרויס שליט”א אויפגעטרעטען מיט א גאר התרגשותדיגע דרשה פון זיינע פערזענליכע איבערלעבענישען בימי הזעם און מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן הרב חיים אליעזר אברהם רובין שליט”א נכד רבינו.

ביציאת השבת בעת רעווא דרעווין וואס איז געפראוועט געווארען מיט א שטארקע התעורררות האט אויפגעטרעטען הגה”צ ישעי’ רובין אב”ד קערעסטיר וומסב”ג שליט”א, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע זכי’ צו פראווען דעם שב”ק במקום קדוש כימי קדם, און מיט ברכת המזון על הכוס איז נתכבד געווארען הרב ר’ יושע נפתלי לאנדא שליט”א.

 

מוצש”ק:

איז פריש געדעקט געווארען די טישען און פריש צוגעשטעלט א גרויסע סעודת מלוה מלכה לרגל די יא”צ פון הגה”צ אב”ד עדעלין זצ”ל חתן רביה”ק ר’ ישעי’לע זי”ע וועלעכע איז געפראוועט געווארען מיט סיפורים פון בעל הילולא און פון חותנו רביה”ק ר’ ישעי’לע, ווי עס האט אויפגעטרעטען נכדו החשוב הרב ר’ יושע נפתלי לאנדא שליט”א, עס איז ארויסגעברענגט געווארן א שטארקע הכרת הטוב פארהרה”ג ר’ יעקב שמשון סג”ל גאלד שליט”א וואס האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר די הצלחה פונעם שב”ק. און בעהי”ת חפץ ה’ בידו הצליח!

מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן הרבני הנגיד מו”ה יצחק זאב הכהן פילעף שליט”א.

אוועקגייענדיג פונעם שב”ק האט מען נאכאמאל ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי’ וואס די שובתי שבת שירה בבית רבינו האבן געהאט דעם שב”ק. מהאט פארציילט וואס שבת שירה אין קערעסטיר איז געווען אמאל! ווען וועלט איז נאך געווען וועלט! אלע וועגן האבן געפירט קיין קערעסטיר! ווי דורך דעם וואס “קריאה מעורר הזמן” האט מען ביי די קערעסטירער רבי’ס זצוקללה”ה אנגעשעפט פרנסה, (ביזת הים, פר’ המן) און שידוכים (וואס איז קשה כקרי”ס) זייענדיג בטוח אז מהאט מיטגענומען פונעם שב”ק כל מיני השפעות.

 

אינמיטען נאכט איז געקומען א חבורה פון ביהמ”ד אוסטריק וויליאמסבורג פון ארום 40 אינגעלייט בראשות דעם רב הביהמ”ד הגה”צ ר’ שלום ראטה שליט”א בן כ”ק גאב”ד קארלסבורג שליט”א, און הרה”ג ר’ נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט”א דומ”ץ הקהילה, נכד כ”ק גאב”ד קארלסבורג שליט”א. זיי האבען געפראוועט שב”ק אין שטאט צאנז און צו מל”מ געקומען קיין קערעסטיר ווי עס איז שיין פריש צוגעשטעלט געווארען לכבודם, ווי מען האט פארברענגט מיט סיפורי צדיקים און זמירות, אינמיטען די נאכט איז אנגעקומען אונזער שליח מו”ה ר’ אהרן משה ריינער הי”ו לשרת בקודש.

 

פר’ יתרו

זונטאג:

צופרי איז נאך געוועהן א גרויסער פארקער פון דעם פארלאפענעם געהויבענעם שב”ק בצל הקודש, עס האבען זיך געשטעלט מנינים שחרית נאכאנאנד, נאכפאלגענדיג מיט א גרויסע פת שחרית. במשך די פארמיטאג שעות האט דער ציבור צוביסלעך זיך געלאזט אין וועג אריין אהיימפארענדיג מיט פולע השפעות טובות.

נאכמיטאג זענען אנגעקומען עטליכע משפחות, בתוכם מו”ה ר’ פייביל ריינער הי”ו(דער פאטער פון אונזער איבערגעגעבענע שליח מו”ה ר’ אהרן משה הי”ו) אינאיינעם מיט בני משפחתו, און ווי אויך האבן א סאך אידן זייענדיג אויפ’ן וועג אהיים פון פראווענען שבת שירה בצל כ”ק אדמו”ר מ’פשעווארסק שליט”א, זיך אפגעשטעלט בבית רבינו זצוקללה”ה בתוכם הרה”ג ר’ יקותיאל ירמי’ בראווער שליט”א מו”ץ ב’קרית יואל, ווי די קבוצה’ס זענען געווארען צוגעשטעלט אין באזונדערע חדרים מיוחדים בביתו נאוה קודש, ווי מען האט פארברענגט, און געדאווענט מנחה און מעריב, סך הכל איז געוועהן 2 מנינים מנחה און 3 מנינים מעריב.

מאנטאג:

צופרי האט מען זיך געשטעלט שחרית אין קוויטל שטוב, עס איז געווען א פארהעלטענמעסיגער שטילער טאג. איבער’ן טאג זענען געוועהן אידן פון לאנדאן, אר”י, און פון אמעריקע, וועלעכע האבן סועד און מתפלל געוועהן אינעם הייליגען קוויטל שטוב.ביינאכט איז געקומען א גרעסערע חבורה פון לאנדאן ווי מען האט זיך געשטעלט דאווענען מעריב.

דינסטאג:

האט זיך געשטעלט א מנין שחרית אין קוויטל שטוב, איבער’ן טאג איז געוועהן אסאך אידן בתוכם עטליכע חבורות א חבורה פון מתפללי ביהמ”ד קערעסטיר-טשאקאווע פון בארא פארק, א משפחה פון ווינא, א חבורה אינגעלייט פון א”י, און ווי אויך האט זיך אנגעזעהן מו”ה ר’ יואל האניג הי”ו נכד רבינו,נאכמיטאג איז געקומען אונזער קעכער מו”ה אפרים שלמה טומבער הי”ו לשרת בקודש.

פארנאכט’ס האט מען אויפגענומען מיט כבוד הגה”צ ר’ אהרן פריעדמאן מ’טענקא א”י שליט”א מיט מיטבאגלייטער, וועלעכע האבען געדאווענט מנחה מעריב, און סועד געוועהן, נאכדעם איז געוועהן נאך א גרויסע חבורה מעדת ספרד וואס נאכען סועד זיין האבען זיי זיך געשטעלט א מנין מעריב.

נאך מעריב איז געוועהן אנגעגרייט פירות לכבוד חמשה עשר בשבט, ווי די ציבור האט זיך געזעצט און פארברענגט לכבוד היום, אינמיטען נאכט איז געקומען נאך א חבורה מיט בחורים פון א”י וועלעכע האבען סועד געוועהן און זענען געבליבען אויף לינת לילה בבנין הכנסת אורחים.

פירות לכבוד ט”ו בשבט

 

מיטוואך:

נאך שחרית האט מען אויפגענומען מיט כבוד כ”ק אדמו”ר מ’קאסוב-וויזניץ שליט”א, וועלעכער איז געקומען מיט בני משפחתו און א ענגע צאל מקורבים, דער רבי שליט”א האט געפראוועט א געהויבענעם חמשה עשר בשבט טיש ווי דער רבי שליט”א האט געוואונטשען לחיים פאר אלע מסובין און געטיילט שיריים פירות און ווי אויך צוקער כמנהג רביה”ק ר’ ישעי’לע זי”ע. און דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, און דער רבי שליט”א האט געזאגט דברי תורה, און דערנאך ארויף לציון הק’, זיך אויס בעטען אלעס גוטס. איבער’ן טאג איז געוועהן א שטארקע פארקער אהן אפשטעל, ווי מען האט מתפלל געוועהן און עס איז געוועהן צוגעשטעלט סעודות און פירות א גאנצען טאג, שפעטער איז דער קאסוב-וויזניצ’ער רבי שליט”א צוריקגעקומען דאווענען מנחה און מעריב און האט פארברענגט אין קוויטל שטוב, עס איז געוועהן סך הכל 2 מנינים מנחה און 2 מנינים מעריב.

אינמיטען נאכט איז געקומען א חבורה פון געיטסהעד, וועלעכע האבען נאכען סועד זיין געבליבען אויף לינת לילה בבנין הכנסת אורחים.

דאנערשטאג:

צופרי האט געדאווענט שחרית הרב ר’ שמואל זאב קליינמאן שליט”א מגי”ש בביהמ”ד הג’ משכנות יעקב בירושלים, אינעם קוויטל שטוב, נאכפאלגנדיג מיט א שיינעם פת שחרית. פארמיטאג האט מען אויפגענומען מיט כבוד הרה”צ ר’ מרדכי טווערסקי שליט”א חדב”נ כ”ק אדמו”ר מ’טשערנאביל שליט”א.

נאכמיטאג איז געקומען א חבורה פון אינגעלייט פון לאנדאן ווי זיי האבען זיך געשטעלט א מנין מנחה אין קוויטל שטוב און סועד געוועהן.

ביינאכט האט מען אויפגענומען הרבני הנגיד ר’ יוסף עהרמאן הי”ו ובני משפחתו, וועלעכע זענען געקומען פראווענען דעם שב”ק אין הייליגען הויז, ווי זיי האבען געדאווענט מעריב און דערנאך זיך געזעצט צו א שיין צוגעשטעלטע יארצייט סעודה לכבוד די יארצייט פון זייער זיידע הגה”צ ר’ נתן אלי’ עהרמאן זצוק”ל אב”ד אשיווא ושם מנוח”כ, און דערנאך געבליבען אויף לינת לילה. פארטאגס זענען זיי געפארען קיין אשיווע פוקד זיין על ציון זקינם זצ”ל. ווי אויך איז געקומען משפ’ דושינסקי פון ירושלים חסידי וויזשניץ מאנסי, לעשות את השבת אין קערעסטיר, ווי מען האט זיי שיין צוגעשטעלט און מסדר געוועהן אין די שטובער.

כחצות הלילה האט מען אויפגענומען מיט גרויס כבוד הגה”צ המפורסם הרב ר’ שמעון אברהם גרינפעלד שליט”א רב דביהמ”ד קהל חסידים אנטווערפען, ובני משפחתו וועלעכע זענען געקומען לעשות את השבת בצל הקודש, לרגל די יודה”ל פון זקינו הק’ הרה”ק המרש”ג זצ”ל מנו”כ בעיר סעמיהאלי, און עס האט זיך געשטעלט נאך א מנין מעריב און נאכדעם האבען זיי סועד געוועהן און זיך קוואטירט אין זייער צימערן שע”י בניני הכנסת אורחים קערעסטיר.

ערש”ק-שב”ק:

עס איז געוועהן צוויי גרויסע מנינים שחרית בתוכם הגה”צ אב”ד קהל חסידים שליט”א נאכפאלגענדיג מיט א פת שחרית.

 

דער  שב”ק –שבת קבלת התורה-, איז געפראוועט געווארען אויף זייער א שיינעם און דערהויבענעם פארנעם. יעדע משפחה האט געגעסען באזונדער אין אנדערע חדרים אין די הייליגע הויז, די תפילות האט מען געדאווענט –אלע אינאיינעם- מיט א שטארקע התעוררות.

מוצש”ק:

נאך הבדלה איז סעודת דוד מלכא משיחא פריש צוגעשטעלט געווארען, בנוסף מיט פליישיגע מאכלים כמנהג רביה”ק ר’ ישעי’לע זי”ע. ווי עס איז געפראוועט געווארען מיט א שטארקע דערהויבענקייט און שירות ותשבחות ביז אין די פארטאגס שעות, ווי עס איז פארגעקומען אינאיינעם מיט א סיום מסכת, און נאכדעם מיט לעבעדיגע און דערהויבענע טענץ.

<