SHARE
“א בליק” שטעלט זיך צוזאם מיט מוסד הקדוש “זכרון שלמה” ארויסצוהעלפן חולי ישראל

א בליק פאר חולי ישראל
“א בליק” שטעלט זיך צוזאם מיט מוסד הקדוש “זכרון שלמה” ארויסצוהעלפן חולי ישראל
אין די יעצטיגע ערב פורים טעג איז אריין אין קראפט די יאר יערליכע מאסיווע פורים פראיעקט ווי טויזנטער קינדער איבער די וועלט נעמען צוזאם אין די טעג פון פורים צדקה פאר די וואוילטעטיגע “זכרון שלמה” ארגאניזאציע, וואס טוט ארויסהעלפן אינג און אלט וואס ספראווענען זיך מיט די ביטערע מחלה ה”י, און באקומען הערליכע מתנות לויט וויפיל געלט זיי האבן צוזאמגענומען. היי יאר האט מערכת “א בליק” זיך צוזאמגעשטעלט מיט “זכרון שלמה” און טוט צולייגן א פלייצע מיטן ספאנסערן דעם פראיעקט. היינטיגע וואך איז ערשינען די הערליכע אויגפארכאפנדע בראשור וואו קינדער וועלן זיך באקענען מיט די פאטענציעלע מתנות, וואס צווישן זיי רעכענען זיך גאר טייערע מתנות, ווי א מאטאר בייק, עלעקטריק סקוטער, גיפט קארדס און נאך. די בראשורן זענען געדרוקט געווארן באזונדער אויף אידיש און ענגליש און צענדליגער טויזנטער ווערן צושפרייט אין אלע שטעט און געגנטער איבער אמעריקע.

 

<