SHARE
א וואונדערליכע געשיכטע פון התלהבות פאר תורה אינערהאלב “דרשו” – צען טויזנט בלאט אין איין יאר

מה אהבתי תורתך

א וואונדערליכע געשיכטע פון התלהבות פאר תורה אינערהאלב “דרשו” – צען טויזנט בלאט אין איין יאר

היסטארישע אייגענארטיגע שמחת התורה ווען חבר דרשו האט מקדיש געווען א גאנצע יאר צו לערנען צען טויזנט בלאט- חשובער מרביץ תורה האט ביים גרויסן “שבת דרשו” געקויפט ברכת המזון פאר די זכות פון צען טויזנט בלאט – במשך די יאר האט ער געלערנט און געחזרט דריי און דרייסיג מאל זיינע לימודים – ביים הערליכע מסיבת סיום ו”גמר המקח” דעקט ער אויף “זינט איך לערן דרשו איז מיין מחלה אויסגעהיילט געווארן

 

אן ענגע צאל לומדי תורה און ראשי מבצר התורה “דרשו” האבן באשיינט א גאר אייגענארטיגע מעמד ווי א חשובער לומד תורה האט געפייערט די סיום פון לערנען צען טויזנט בלאט

אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט א יאר פריער. ביים שבת חיזוק לומדי תורה פון די באקאנטע תורה אימפעריע “דרשו” אין די קראון פלאזא האטעל ווי טויזנט לומדי דרשו האבן געפייערט א שבת שכולו תורה והתעלות. ווי הייליג זענען געווען די מאמענטן ביים הערליכן שבת א שבת פיל מיט חיזוק פאר לומדי תורה. א שבת וואס איז מלא וגדוש מיט התרגשות ואהבת תורה

גאר באזונדער זענען געווען די מאמענטן פון קלימאקס ווען ביי די עליות לתורה האט מען מכבד געווען די גדולי חכמי ישראל שליט”א וואס האבן באשיינט דעם שבת. איין עלייה

די עלייה פון שלישי ביי מנחה האט מען איבערגעלאזט אפען פארן צוקונפטיגן גדול בתורה…

די עלייה האט מען פארקויפט, אבער אין דרשו איז נישטא קיין חשיבות פאר געלט… ווי סמבאליש פאר א שבת דרשו שבת, מען האט עס פארקויפט פאר די העכסטע צאל בלעטער גמרא וואס וועט געלערנט בווערן במשך די יאר.

ביי א שבת פון דרשו זענען די הערצער פון די לומדי תורה אפען און די סכומים פון דפים זענען ארויפגעלאפן. די געטרייע לומדי התורה האבן גאר מייקר געווען די שער און די סכום איז ארויף צו מער דפים ווי וויפיל ש”ס פארמאגט. מען קען דאך יעדע בלאט לערנען און חזרן אפאר מאל.. די נומערן פליען ארויף: פיר טויזנט, פינף טויזנט, זעקס טויזנט, זיבן טויזנט, אכט טויזנט… דא האט שוין דער נשיא רבי דוד האפשטעטער געזאגט אז די מקח מוז קומען צו אן אפשטעל.. נאך איין אפער קען מען אריינגעבן. עס איז געווען שטיל אין זאל ווען א איד האט אריינגעווארפן זיין געוואלדיגע אהבת התורה’דיגע אונטערנעמונג: צען טויזנט בלאט!

?צען טויזנט בלאט אין איין יאר

!יא, יעדע בלאט קען מען דאך חזר’ן מערערע מאל

דער יונגערמאן, רבי יוחנן אליעזר כ”ץ שליט”א האט זיך אונטערגענומען עפעס וואס איז שווער צו באגרייפן, און נישטאמאל האט ער עולה געווען… די עלייה האט ער געגעבן צו רבי דוד האפשטעטער אלס הכרת הטוב, זאגענדיג “דרשו האט געטוישט מיין לעבן. דאס איז אביסל פון מיין הכרת הטוב

די שבת האט זיך געענדיגט, יעדער איז אהיימגעגאנגען. אבער איינענמס לעבן האט זיך געטוישט! א איד וואס האט זיך אונטערגענומען א הייליגע קבלה צו לערנען צען טויזנט בלאט אין איין יאר! איז דאס בכלל ?מעגליך

אבער הרב כץ, א מרביץ תורה אין ישיבת פאפא אין וויליאמסבורג, במשך די טאג, האט אריינגעלייגט תחבולות צו מאקסימיזירן יעדע רגע אין טאג פאר תורה. אויפגעשטאנען

פריער, נאך פריער. אריינגערוקט נאך אביסל ביי ריסעס אין ישיבה, נאך אביסל ביי לאנטש און געלערנט עטליכע מסכתות הש”ס מיט א געשמאק און אן עומק, דרייסיג מאל יעדע איינציגע בלאט מיט א סדר פון חזרות

און דא, א יאר שפעטער האט דער חתן השמחה און סימבאל פון אהבת התורה פאררופן זיינע ידידים צו פייערן דעם שמחת התורה, עשיתי ככל אשר צויתני! צען טויזנט בלאט גמרא!

די שותפים אין די גרויסע שמחה, די תורה משפחה פון דרשו. די משפחה וואס איז מאוחד ארום שמחת ואהבת התורה, דורשי השם ועוזו, האט מיטגעשפירט די שמחה! דער נשיא פון דרשו און עטליכע חשובע לומדים און ידידי דרשו האבן זיפ פארזאמלט אין שטוב פון הר”ר מרדכי גראס שליט”א פון די בני משפחת דרשו.

חשובע רבנים און דיינים און תלמידי חכמים ובתוכם גדולי הוראה אין בארא פארק, הגאון רבי מיכל שטיינמעץ שליט”א דומ”צ סקווירא און הגאון רבי משה מנחם ווייס שליט”א דומ”צ פאפא האבן באשיינט במאור פנים דעם זעלטענעם שמחת התורה און די שמועסן זענען געווען איבער די געוואלדיגע כח התורה וואס קומט ארויס פון די אחדות ארום תורה. די מרכז וואס פאראייניגט אידן ארום איין איינציגע דגל, איין איינציגע ציל. עמל התורה. די כח פון דרשו צו קענען באשאפן אזא כח פון קנאת סופרים וואס זאל ברענגען צו א גדל’ישע דערגרייכונג ווי צען טויזנט דפים.

“דרשו האט נישט נאר געמאכט אונז זאלן מער לערנען. עס האט געמאכט אז אונז זאלן לעבן אנדערש!” האט געזאגט ר’ מרדכי גראס אין זיין דרשה. “מיליאנען שעות לימוד התורה וועט דא פרעזענטירט אין א הויז פול מיט לומדי דרשו וואס דרייען זיך ארום מיט ש”ס אין זייער זכרון דורך לערנען בעיון און חזרן.

אין הארציגע רייד האט דער חתן השמחה באדאנקט הקב”ה פארן זוכה זיין צו אזא יאר פון עמל התורה. א יאר ווי יעדע רגע איז געווען מוקדש צו לערנען. דער חתן התורה האט דערקלערט זיין סיסטעם פון חזרות וויאזוי ער האט געלערנט דרייסיג בלאט א חודש, און יעדע בלאט האט ער געחזר’ט דריי און דרייסיג מאל! יעדן טאג האט מען געלערנט א נייע

בלאט, געחזרט די נעכטיגע, און איינס פון א וואך צוריק. שבת חזרט מען אלע לימודים פון צוויי וואכן און סוף חודש חזרט מען נאך איבער פארן בחינה און אזוי ווייטער מיט חשבונות אזוי אז יעדע דף זאל ווערן גוט און גרונטליך געחזר’ט אזויפיל ווי דריי און דרייסיג מאל!”

הרב כץ האט אין זיין רעדע ערקלערט אז די עיקר איז אז מען איז זוכה צו געדענקען די לערנען, צו האבן די תורה אין קאפ. דעריבער איז חשוב צו לערנען ווייניגער בלעטער אבער עס אסאך חזרן ביז מען איז עס קונה.

דער חתן התורה האט נאכגעזאגט א וואונדערליכע דבר תורה וואס רבי שמעון שקאפ זצ”ל שרייבט פארוואס האט משה רבינו צובראכן די לוחות, זאגן חז”ל נשתכחו התורה, אז אלמלא נשתברו הלוחות לא נשתכחה תורה, דורך די צוברעכן די לוחות איז אנטשטאנען די מציאות פון פארגעסן, אוןן וואס איז די אויפטוה דערצו? די כח פון חזרה! ומשה רבינו האט געוואלט די זכייה אז אידן זאלן חזרן און דאס איז די עשירות פון די פסולת הלוחות וואס קומט אין זכות פון חזרה.

גאר התרגשות’דיג איז געווען ווען דער בעל השמחה האט מיטגעטיילט א פערזענליכע וואונדערליכע געשעעניש, זאגענדיג אזוי “חכמנו ז”ל זאגן אונז אויפן פסוק אדם לעמל יולד – אז יעדער מוז האבן עמל, אם לעמל תורה, אם לעמל דרך ארץ.. איך האט געהאט יסורים און שוועריגקייטן אין מיין בריאות הגוף, און האט זיך מקבל געווען עמלה של תורה צו פארלערנען נייע מסכתות און נישט בלויז לערנען די מסכתות וואס איך בין שוין באקוועם. איך האב זיך אונטערגענומען צו הארעווען כדאי צו נעמען די בחינות פון דרשו און דאס האט אנגעהויבן די עמלה של תורה”

און דא האט דער חתן התורה דערציילט “זינט איך האב אנגעהויבן די “טעסטס” פון דרשו האט מיר הקב”ה געהיילט און איך האב מער נישט קיין “טעסטס” פון מעדיצינישע זאכן

מיט התרגשות האט ער אויסגעפירט “דרשו האט געראטעוועט מיין לעבן.. נישט נאר ברוחניות, נאר אויך בגשמיות

מיט התרגשות האט ר’  יוחנן אליעזר אויסגעפירט און געזאגט צום נשיא ר’ דוד, “עס איז אלעס אייערע כחות, אזויפיל מענטשן האט איר געטוישט דאס לעבן. רבי דוד איר זענט דער איד דער וואס האט געטוישט כלל ישראל און מקרב געווען די גאולה מיט אזויפיל תורה!”

אין זיינע ווארעמע ווערטער האט דער נשיא רבי דוד האפשטעטער מרחיב געווען איבער די כח פון חזרה. די כח פון חזרה איז אז מען זאל האבן תורה אין די הארץ און עס נישט פארגעסן. דער נשיא האט געזאגט אן אינטערסאנטע געדאנק אז אסאך מענטשן האבן שוועריגקייטן צו חזרן אסאך תורה, און די סיבה איז נישט צוליב עצלות, נאר ווייל זיי אנערקענען נישט זיין גרויסער פאטענציאל, זיי קענען, יעדער איינער קען, געדענקען גאנץ ש”ס אויב מען חזרט גענוג! יעדער קען זיין א גאון בש”ס אויבגעט מען אוועק צייט פאר חזרה. א איד דארף וויסן די גרויסע כח וואס ער פארמאגט.

דער נשיא האט אנגעווינטשן אז די כח התורה וואס האט אין זיך אלע ברכות וישועות בזאל באגלייטן דעם לומד, און כמובן אז ער רעפרעזענטירן אנדערע לומדי דרשו, און די כח התורה זאל העלפן אידן זעהן שפע ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם.

די משתתפים פון דעם אסיפה זענען אהיימגעגאנגען מלא וגדוש מיט אהבת התורה און מלא הכרת הטוב צו אזא מוסד ווי דרשו וואס עפענט אויף די אויגן פאר דורשי השם ואוהבי תורה צו שטייגן אין לימוד התורה, און מאכט זיכער צו ברענגען די בשורה פון גדלות התורה אין יעדן ווינקל וועלט, יעדער איד קען   שולט זיין אין ש”ס! ווי פשוט און ווי געוואלדיגע התרגשות

<