SHARE
ניין! דאס איז נישט נאך א גליון וואס ליגט צווישן אנדערע גליונות געדריקט מיט טינט אויף פאפיר, דאס זענען אותיות געמישט מיט טרערן וואס שרייען מיט באנומענע קולות צו אייך, שורות וואס רופן און מאנען ממעקים, העלף, פאראגראפן וואס דערציילן ווייטאגליכע עפיזאדן וואס שפילן זיך אפ בדורינו צווישן אונזערע ד’ אמות. ליינט אין שטוינט

בס”ד

ניין! דאס איז נישט נאך א גליון וואס ליגט צווישן אנדערע גליונות געדריקט מיט טינט אויף פאפיר, דאס זענען אותיות געמישט מיט טרערן וואס שרייען מיט באנומענע קולות צו אייך, שורות וואס רופן און מאנען ממעקים, העלף, פאראגראפן וואס דערציילן ווייטאגליכע עפיזאדן וואס שפילן זיך אפ בדורינו צווישן אונזערע ד’ אמות.

ליינט אין שטוינט

 

הימל שפאלטנדע זיפצן שניידן דורך די שטילע אנגעצויגענע לופט, ר’ אלטער אטעמט שווער די טיפע קנייטשן אויפן שטערן, באשאסן מיט שווייס. ער קען זיך נישט מצמצם זיין, דער שווערער לאסט דרוקט אויף זיין מח, א ליסט פון הויכע ציפערן שפרינגען קעגן די אויגן… דעם חתן’ס פאר’צער’טע פנים און שטימע געבעט… דער לעצטער פראוו צו שאפן א הלואה איז דורכגעפאלן, וויפיל איז דער שיעור?

עס איז שוין ווייט נאך חצות הלילה.. ער קען זיך נישט באהערשן.. אין גרויס פארצווייפלונג, פלאצט ארויס פון זיינע אויגן א שטראם פון טרערן באגלייט מיט א רירנדע תפילה צום בוכ”ע, “רבוש”ע מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי, נאך שווערע פיינפולע צייטן האבן מיר ב”ה דערלעבט א שמחה, יישר כח באשעפשר באמת! אבער טאטע אין הימל ווי אזוי קען איך זיך גרייטן צו א חתונה, ווען עס איז נישטא מיט וואס? אויסער חובות וואס דריקן אן רחמנות, צרכי עמך מרובין… וואו הייבט מען אן? א חתונה נאכט? אביסל שטאפיר? דעפאזיט’ס אויף 7 פלעצער? וכו’ וכו’ ווי קען מען דאס דערהייבן? איך בעט דיר רבוש”ע זיי מיר חונן דעת וואו אהין זיך צו ווענדן. זאל אבער זיין אן בזיונות עס איז דאך אומדערטרעגליך.”

און פלוצלינג, האט אויפגעבליצט א רעיון און זיין מח!                                                    אויפצומארגנס אינדערפרי: “העלא?, ביטע… איך בעט אייך בכל לשון של בקשה, אין שטרענגסטן געהיים… קיינער זאל ח”ו נישט וויסן אוודאי נישט דער חתן… טוט וואס איר קענט! תזכו למצוות!”

און אזוי איז עזר לחתנים אריינגעקומען אין דעם בילד “בעילום שם”.

 

“בחור’ל! וואס ביסטו אזוי ערנסט, ס’איז דאך נאר אפאר שוך, וואס איז אזוי שווער צו מחליט זיין

עה עה אם, ניין פשוט עה…. אקעי… עה.. האסט עפעס ביליגער?” די צוויי מוכרים בליקן זיך איבער אן לשון. דאס מוז געוויס זיין א חתן וואס קען זיך נעבעך נישט ערלויבן און זוכט וואס ביליגער, ממש א הארץ ווייטאג. מיר מוזן דערגיין וואו ער באלאנגט

עס איז שוין לאנג נאך חצות הלילה.. מר. שוך סטאר וואלגערט זיך אין בעט. דעם חתן’ס פאר’צער’טע אויגן און שטימע געבעטן לאזן אים נישט צו רוה.                                                                         און פלוצלינג, האט אויפגעבליצט א רעיון אין זיין מח!                                                    אויפצומארגנס אינדערפרי: “העלא?, איז ברוך בן אלטער א תלמיד פון יוצאי נועם אלימלך? “יא אוודאי!” וואס איז? האט עפעס ח”ו פאסירט? ב”ה ניין! אבער ביטע מישט זיך אריין עס זאל טאקע נישט פאסירן. עס האט געריסן ביים הארץ… זיינע קווענקלענישן.. זיינע בעטנדע אויגן.. ענדליך… זיין אונטערגעשריבענעם העד טשעק.. ביטע מאכט א שווייג און טוט וואס איר קענט! תזכו למצוות!”

מי כעמך ישראל! ווער קען דען שטיין גלייכגילטיג ווען יענער דערטרונקט זיך אין ים פון ווייטאגליכע בזיונות און שטיקט זיך פון טרערן?

און אזוי איז עזר לחתנים אריינגעקומען אין דעם בילד, צום צווייטן מאל.

 

רבוש”ע זיי זיך מרחם, העלף מיר! חננו מאתך חכמה בינה ודעת, וואס נאך קען איך טוען

עס איז שוין לאנג נאך חצות הלילה. ברוך דער חתן שפאנט מיט נערוועזע טריט איבער די קארידארן פון ישיבה. אהין און צוריק. דער קאפ נישט קאנצנטרירט. די חושים אנגעשטרענגט. עס לערנט זיך נישט. עס דאווענט זיך נישט. ער קען עס מער נישט דערהייבן. די אנגעצויגענקייט ביי יעדן טעלעפאן געשפרעך אהיים. דעם טאטנס צובראכענעם געמיט. די מאמעס בעטנדע פארטרערטע אויגן. דער ליסט מיט הכנות לקראת החתונה ווערט גארנישט קלענער. די טערמינען לויפן אפ, בעלי חובות מאנען, פון וואו נעמט מען צו צאלן? א טיפער קרעכץ רייסט זיך ארויס, ער פארווישט שנעל א פארעטערישן טרער.

און פלוצלינג האט אויפגעבליצט א רעיון אין זיין מח.

אויפצומארגנס אינדערפרי בסוד סודות: “העלא? איך בעט אייך בכל לשון של בקשה! איר קענט האלטן א סוד? ביטע מאכט א שתיקה, קיין נברא אויף דער וועלט זאל וויסן, בפרט מיין טאטע, ער וועט דאך נישט דערהייבן די בזיונות. טוט וואס איר קענט! תזכו למצוות!”

א חוט המשולש צונויפגעפלאכטן פון דאגות, קרעכצן, שווייס און טרערן, פארקלעמטע הערצער און בעטנדע אויגן וואס צילן צו עזר לחתנים.

בלילה ההוא נדדה שנת ר’ אלטער, החתן ברוך, און בעל השוך סטאר, א נאכט שפעטער נדדה שנת עזר לחתנים. מיר שטייען מיט געהויבענע הענט און בעטן ביים בוכ”ע. “רבוש”ע שיק אונז ביטע דיינע ריכטיגע שלוחים. העלף אונז כדי מיר זאלן קענען העלפן דיינע נצרכים.”

וועסטו חשובער ליינער זיין איינער פון די גוטע שלוחים?

ניין! דאס איז נישט נאך א גליון וואס ליגט צווישן אנדערע גליונות געדריקט מיט טינט אויף פאפיר. דאס זענען אותיות געמישט מיט טרערן וואס שרייען מיט באנומענע קולות צו אייך. שורות וואס רופן און מאנען ממעקים, העלף. פאראגראפן וואס דערציילן ווייטאגליכע עפיזאדן וואס שפילן זיך אפ בדורינו צווישן אונזערע ד’ אמות.

אידן רחמנים בני רחמנים, קויפט דעם גורל און העלפט יענעמ’ס גורל

געדענק! ונאמן הוא בעל מלאכתך לשלם לך שכר פעולתיך, אינעם זכות פון ארויסהעלפן דיינע צובראכענע ברידער, זאל דיר דער בוכ”ע העלפן, זאלסט קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו קיין מתנת בשר ודם, און ער זאל דיר בענטשן בשפע ברכה והצלחה וכל טוב סלה.

תזכו למצוות

 

 

<