SHARE
בס”ד מחר יהיה האות הזה – ביים גראנדיעזען “בוני עולם” דינער וויליאמסבורג וועט ארויסווייזן כבוד און עהרע פאר הטפסר ושוע הנגיד ר’ שלמה יודא רעכניץ הי”ו פאר זיינע געוואלדיגע פעולות לטובת בני ישראל המצפים לישועת ד’ בקרוב

בס”ד

מחר יהיה האות הזה – ביים גראנדיעזען “בוני עולם” דינער

וויליאמסבורג וועט ארויסווייזן כבוד און עהרע פאר הטפסר ושוע הנגיד ר’ שלמה יודא רעכניץ הי”ו           פאר זיינע געוואלדיגע פעולות לטובת בני ישראל המצפים לישועת ד’ בקרוב

א זעלטענע איבערראשונג נעמט ארום יהדות וויליאמסבורג אז מארגן דינסטאג פרשת תרומה וועט מען האבן דעם געלעגנהייט אפצוגעבן דעם ריכטיגן הכרת הטוב וכבוד הראוי וואס עס פאסט זיך פאר הנגיד השוע הטפסר הגדול רבי שלמה יהודא רעכניץ הי”ו פון לאס אנדזשעלעס ביים גראנדיעזען דינער “בוני עולם” אין עטרת אברהם זאל.

הנגיד המפורסם ר’ שלמה יודא איז בארימט מיט זיינע געוואלדיגע צדקות בכל קצוי תבל, ספעציעל האבן  אידן אין וויליאמסבורג א הכרת הטוב, וואס ווי באקאנט האט רבי שלמה יודא געגעבן פאר דעם מוסד הקדוש “בוני עולם” מיט עטליכע יאר צוריק דעם פאנטאסטישן סכום פון א מיליאן דולר, וואס א גאר גרויסע חלק דערפון איז געגאנגען פאר תושבי וויליאמסבורג וועלכע האבן געווארט לישועת ה’, און דורך דעם איז בס”ד ערמעגליכט געווארן זיי אויפצורעכטן, און מען קען רואיג זאגן: אז בזכות ר’ שלמה יודא רעכניץ הי”ו האלדזן זיי היינט צו טאג א קינד און זייערע ארעמס.

מארגן וועלן אלפי תושבי וויליאמסבורג בהמוניהם ארויסווייזן זייערע הכרת הטוב פאר רבי שלמה יודא הי”ו ביים גראנדיעזען דינער, און קומען זיך משתתף זיין, און אים ארויסווייזן דאס ווארעמקייט וואס תושבי וויליאמסבורג האבן פאר דעם הייליגן מוסד “בוני עולם”.

<